ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

נײַ בוך „פּאָלאַקאָס: חײַקע פֿאָרט קיין קאָסטאַ־ריקאַ‟ פֿון אַנאַ פּאַמולאַ
Aleksandra Krol
נײַ בוך „פּאָלאַקאָס: חײַקע פֿאָרט קיין קאָסטאַ־ריקאַ‟ פֿון אַנאַ פּאַמולאַ

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published May 16, 2017, issue of May 26, 2017.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

נײַ בוך באַשרײַבט די ייִדן אין קאָסטאַ־ריקאַ וועלכע האָבן אימיגרירט פֿון פּוילן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה

„פּאָלאַקאָס: חײַקע פֿאָרט קיין קאָסטאַ־ריקאַ‟, אַזוי הייסט אַ נײַ בוך פֿון דער יונגער פּוילישער אויטאָרין אַנאַ פּאַמולאַ.

דער אײַנפֿאַל צו שרײַבן דאָס בוך איז געקומען ווען פּאַמולאַ האָט געהערט אַזאַ מעשׂה: ווען דער פּוילישער קאַרדינאַל ווויטילאַ איז אין 1978 געוואָרן דער פּויפּסט, האָבן די קאַטוילישע קאָסטאַ־ריקאַנער גראַטולערט זייערע ייִדישע שכנים צוליב דעם וואָס איינער פֿון זיי איז געוואָרן דער שעף פֿון דער קאַטוילישער קירך. זיי זענען טאַקע געווען אַ ביסל דערשטוינט וואָס אַ „ייִד‟ איז געוואָרן אַ פּויפּסט. וואָס הייסט? אין קאָסטאַ־ריקאַנער לשון מיינט „פּאָלאַקאָ‟ — דהיינו, אַ פּאָלאַק — פּשוט אַ ייִד, ווײַל די איינציקע אימיגראַנטן וואָס זענען געקומען פֿון פּוילן קיין קאָסטאַ־ריקאַ פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה זענען געווען פּוילישע ייִדן.

אַזוי האָט פּאַמולאַ זיך דערוווּסט וועגן דער פּוילישער ייִדישער עמיגראַציע קיין קאָסטאַ־ריקאַ און באַשלאָסן צו שרײַבן אַ בוך וועגן דעם.

ווי זענען די פּוילישע ייִדן בכלל געקומען קיין קאָסטאַ־ריקאַ? געוואָלט האָבן זיי עמיגרירן קיין אַמעריקע. נאָר וואָס זשע? אַמעריקע האָט פֿאַרמאַכט אירע טויערן דווקא ערבֿ דעם גרעסטן חורבן אין דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. סע וואָלט מסתּמא נישט געווען קיין גוזמא צו זאָגן אַז דער חורבן וואָלט נישט געווען אַזוי גרויס ווען אמעריקע וואָלט יאָ אַרײַנגעלאָזט צו זיך די גערודפֿטע אייראָפּעישע ייִדן.

די פּוילישע רײַזע־אַגענטורן וואָס האָבן פֿאַרקויפֿט די ייִדן די שיפֿסקאַרטן האָבן זיי דערציילט באָבע־מעשיות אַז קאָסטאַ־ריקאַ איז ממש אויף דער גרענעץ פֿון די פֿאראייניקטע שטאַטן. אויף יענער זייט פּלויט ממש. האָבן די ייִדן געקויפֿט די שיפֿס־קאַרטן און זיך געלאָזט אין וועג.

אַ סך פּוילישע ייִדן זענען געווען שנײַדער. ווען זיי זענען אָנגעקומען קיין קאָסטאַ־ריקאַ האָבן זיי אָנגעהויבן מאַכן און פֿאַרקויפֿן קליידער אין זייער נייער היים, אָבער מיט אַן אונטערשייד. אַנשטאָט ווינטער־מאַנטלען און וואַרעמע בגדים האָבן זיי זיך געלערנט די תּורה פֿון נײען באָד־קאָסטיומען, וואָס זענען אַ סך נייטיקער אין אַזאַ הייס לאַנד בײַם ברעג ים.

אַנאַ פּאַמולאַ דערציילט אַז ספּעציעל רירנדיק פֿאַר איר זענען געווען די אינטערוויוען, וואָס זי האָט געפֿירט אויף פּויליש. זי באַשרײַבט אַ סוררעאַליסטישע סצענע ווי זי זיצט מיט אַ בת־תּשעים אין אַ מושבֿ-זקנים. די היץ און דער בלויער ים דערמאָנען איר אַז זי געפֿינט זיך אין קאָסטאַ־ריקאַ, אָבער די פֿרוי רעדט צו איר מיטן אמתן פֿאַר־מלחמהדיקן וואַרשעווער פּויליש.

די אויטאָרין באַהאַלט נישט דעם פֿאַקט אַז בײַ אַ סך ייִדישע אימיגראַנטן איז פּוילן געקניפּט און געבונדן מיט אַנטיסעמיטיזם. כּדי די הײַנטיקע לייענער זאָלן פֿאַרשטיין די שאַרפֿע אַנטי־ייִדישע שטימונג אין פּוילן פֿון יענע יאָרן, ברענגט פּאַמולאַ בײַשפּילן פֿון דער דעמאָלטיקער ווילד אנטי־סעמיטישער פּוילישער פּרעסע. צײַטונגען וואָס אַפֿילו הײַנט איז שווער צו קוקן אויף זיי.


„פּולין‟־מוזיי רעקאָרדירט ישׂראלדיקן אַקטיאָר שמוליק עצמון אויף ייִדיש

די וואָך איז עפּעס נײַס פֿאָרגעקומען אינעם וואַרשעווער ייִדישן מוזיי „פּולין‟.

זײַט וויסן אַז ביז הײַנט האָט דער מוזיי נישט פֿאַרמאָגט קיין שום גערעדטן עדות אין ייִדיש.

איז ווער איז געווען דער ערשטער וואָס מען האָט רעקאָרדירט ווי אַן עדות אויף מאַמע־לשון? דאָס איז געווען דער 88־יאָריקער ישׂראלדיקער אַקטיאָר, שמוליק עצמון-ווירצער. ווען נישט די היסטאָריקערין אַלעקסנדראַ קרול וואָלט מען פֿילמירט און רעקאָרדירט בלויז אויף פּויליש. קרול, אַליין פֿליסיק אין ייִדיש, האָט אָבער באַשטאַנען דערויף אַז עצמון זאָל רעדן ייִדיש.

שמוליק עצמון האָט דערציילט וועגן זיינע קינדעריאָרן אין בילגאָרײַ, וועגן דעם דעמאָלטיקן ייִדישן לעבן אין שטעטל, די מלחמה יאָרן אין ראַטן-פֿאַרבאַנד, זײַן צוריקקער קיין פּוילן און וועגן דער עמיגראַציע קיין ישׂראל.

גאָט זאל מיך נישט שטראָפֿן פֿאַר די רייד אָבער מיר דאַכט זיך אַז וואָס שייך טעאַטער, איז דער ייִדישער מוזיי אַ ביסל הינטערשטעליק. דער ייִדישער טעאַטער אין פּוילן איז מסתּמא ווערט מען זאָל אים ווידמען אַ טייל פֿון דער אויסשטעלונג. עס זענען פֿאַראַן גענוג מאַטעריאַלן וועגן אַבֿרהם מאָרעווסקי, אידאַ קאַמינסקאַ און אַנדערע וואָס זענען ווערט מען זאָל זיי אויסשטעלן פֿאַרן עולם, ספּעציעל פֿאַרן דור „אשר לא ידע את יוסף‟, פאר די וואָס זענען געבוירן געוואָרן נאָך דער גאָלדענער צײַט פֿונעם פּוילישן ייִדישן טעאַטער.