אין דער פֿאָריקער פּרשה האָבן מיר באַהאַנדלט אַ ריי פֿאַרשיידנאַרטיקע ענינים, אַרײַנגערעכנט דעם הייליקן יום־המנוחה — שבת — און די ייִדישע יום־טובֿים. „ובֿיום השבֿיעי שבת שבתון מקרא־קודש – כּל מלאָכה לא תעשׂו‟ — און דער זיבעטער טאָג איז אַ הייליקער, קיין מלאָכה טאָרט איר נישט טאָן.
אין דער הײַנטיקער פּרשה גייט ווײַטער אַ רייד אויף אַן אַנדער טעמע מיט גאַנץ ענלעכע ווערטער: „ובשנה השבֿיעית שבת שבתון יהיה לאָרץ‟ — און דאָס זיבעטע יאָר זאָל זײַן שבת פֿאַר דער ערד. שבת און דאָס שמיטה־יאָר ווערן אָנגערופֿן אין דער תּורה מיטן זעלביקן עפּיטעט — „שבת שבתון‟.
די ייִדישע מיצווה זיך אָפּצורוען יעדן זיבעטן טאָג פֿון דער וואָך האָט משפּיע געווען אויף דער גאַנצער וועלט. בײַ אַ טייל פֿעלקער זענען אַמאָל נישט געווען קיין סיסטעמאַטישע טראַדיציעס פֿון אָפּרו־טעג; הײַנט, אונטער דער אומדירעקטער השפּעה פֿון אונדזער תּורה, איז איבעראַל אָנגענומען געוואָרן די זיבן־טאָגיקע וואָך מיט לכל־הפּחות איין אָפּרו־טאָג.
מצד דער וועלטלעכער פּערספּעקטיוו איז גרינג צו פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס די תּורה זאָגט אונדז אָן נישט צו פֿאַרנעמען זיך שבת מיט קיין מלאָכה. אַ מענטש קאָן דאָך נישט אַרבעטן די גאַנצע צײַט. די אוראַלטע רוימער פֿלעגן חוזק מאַכן פֿונעם ייִדישן שבת און געטענהט, אַז די ייִדן זענען „פֿויל‟. שפּעטער, האָט די גאַנצע מערבֿדיקע ציוויליזאַציע פֿאַרשטאַנען, אַז די ייִדן זענען גערעכט.
די תּורה באַטאָנט אָבער, אַז סײַ דער וועכנטלעכער יום־המנוחה, סײַ דאָס שמיטה־יאָר זענען „שבת לה׳‟ — הייליקע מיצוות, וואָס דער אייבערשטער האָט געגעבן ווי אַ פֿאָרעם פֿון עבֿודת־השם. הגם דער אָפּרו־אַספּעקט האָט אַ פּראַקטישן זין, ווייסן מיר דאָך, אַז דער ייִדישער שבת איז ווײַט נישט קיין „פֿוילער‟ טאָג. אַדרבה, מע דאַוונט אַ האַלבן טאָג אין דער שיל, מע פּראַוועט דרײַ סעודות, וואָס פֿאָדערן לאַנגע צוגרייטונגען, מע לערנט תּורה־שיעורים אין בתּי־מדרשים און ישיבֿות.
צוליב דעם שטרענגן איסור צו טאָן די 39 מלאָכות, פֿאַרשאַפֿט דער הייליקער יום־המנוחה ספּעציפֿישע שוועריקייטן און באַגרענעצונגען. אין יעדן פּרט פֿון די שבתדיקע הלכות און מינהגים ווערט בולט געוויזן, אַז ס׳איז אַ הייליקער טאָג. די חז”ל דערקלערן, אַז שבת איז דער וויכטיקסטער יום־טובֿ, הגם צוליב דער רעגולערער וועכנטלעכער גראַפֿיק קאָן ער פֿאַר אונדז אויסזען נישט אַזוי וויכטיק, ווי פּסח אָדער שבֿועות.
דאָס שמיטה־יאָר האָט אויך אַ פּראַקטישן זין. ווי ס׳איז באַקאַנט, וואַקסט די תּבֿואה בעסער, ווען מע לאָזט עס פֿון צײַט צו צײַט צו רו. אַזוי ווי שבת, האָט די ייִדישע מיצווה פֿון שמיטה משפּיע געווען אויף דער מאָדערנער פֿאַרמערײַ. ווידער באַטאָנט אָבער די תּורה, אַז דאָס שמיטה־יאָר איז „שבת לה׳‟ — אַ געטלעכער ענין פֿון עבֿודת־השם. רש״י דערקלערט, אַז אונדזער סדרה טראָגט דעם נאָמען „בהר‟ — „אויפֿן באַרג‟ — ווײַל די תּורה דערמאָנט אונדז, אַז אַזוי ווי שמיטה, זענען אַלע אַנדערע מיצוות, צוזאַמען מיט זייערע קלענסטע פּרטים, אַנטפּלעקט געוואָרן צו משה רבינו אויפֿן באַרג סיני. מע קאָן זאָגן, אַז די תּורה נוצט די שמיטה אויס ווי אַ מוסטער, ווײַל אויפֿן ערשטן בליק קאָן עס טאַקע אויסזען ווי אַ כּמו־וועלטלעכע אַגריקולטורעלע עצה. אין דער אמתן, איז עס מרמז אויף גאָר טיפֿע סודות־התּורה.
רבינו בחיי, איינער פֿון די קלאַסישע מפֿרשים, איז מסביר, אַז דאָס שמיטה־יאָר העלפֿט אונדז צו פֿאַרשטיין און געדענקען, אַז דער אמתער בעל־הבית פֿון דער גאַנצער וועלט איז דער רבונו־של־עולם. אַנשטאָט צו באַאַרבעטן די ערד, האָבן די ייִדישע שבֿטים אין ארץ־ישׂראל אָפּגעגעבן עס יעדעס מאָל אין זיבן יאָר צוריק צום רבונו־של־עולם. אַן אַנדער שמיטה־ענין, מוחל צו זײַן די חובֿות, ווײַזט אויך, אַז דאָס געלט און אַנדערע פֿאַרמעגנס געפֿינען זיך בלויז באַדינגלעך אין די הענט פֿון מענטשן.
דער שמיטה־ציקל איז אויך מרמז אויף צוויי היפּוכדיקע ענינים: די פֿאַרבײַיִקייט פֿונעם מענטשלעכן לעבן און און די ריזיק־לאַנגע פֿאָרגעשיכטע פֿון דער וועלט. אַ ריי באַקאַנטע מקובלים באַטאָנען, אַז פֿאַר אונדזער הײַנטיקער תּקופֿה, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן, לויט דער טראַדיציאָנעלער מסורה, מיט 5777 יאָר צוריק, זענען געווען אַנדערע „שמיטות‟ — לאַנגע תּקופֿות פֿון טויזנטער יאָרן. די ששת־ימי־בראשית זענען אויך מרמז אויפֿן זעלבן ענין. בוכשטעבלעך, שטייט געשריבן אין די קבלה־ספֿרים, אַז יעדע קאָסמישע „שמיטה‟ דויערט 7,000 יאָר; לויטן חשבון פֿון רבי יצחק דמן עכּו, וואָס שטימט מיט דער מאָדערנער וויסנשאַפֿט, גייט אָבער אַ ריי וועגן מיליאַרדן יאָרן.
די דאָזיקע טעמע בלײַבט קאָנטראָווערסאַל אין ס׳רובֿ חרדישע קרײַזן, וואָס גלייבן, אַז די וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן בוכשטעבלעך בײַם אָנהייב פֿון דער ייִדישער צײַט־רעכענונג. אַ צאָל גרויסע חסידישע צדיקים, אַרײַנגערעכנט דעם זשידיטשאָווער און דעם דינעווער רבין, זענען אָבער מסכּים, אַז מיט איבער 5777 יאָר צוריק זענען געווען אָדער געקאָנט זײַן אַנדערע קאָסמישע תּקופֿות. הרבֿ אַריה קאַפּלאַן, דער באַקאַנטער פּאָפּולאַריזאַטאָר פֿון קבלה, האָט אַנטוויקלט די דאָזיקע שיטה און באַטאָנט, אַז זי העלפֿט צו לייזן די אויבערפֿלעכלעכע סתּירות צווישן דער תּורה און וויסנשאַפֿט.
אַזוי צי אַזוי, באַטאָנען די מקובלים, אַז אונדזער הײַנטיקע ציוויליזאַציע וועט דויערן — דווקא בוכשטעבלעך — 6,000 יאָר. אין דער צוקונפֿטיקער משיחישער תּקופֿה וועט עס „חרובֿ‟ ווערן און ס׳וועט זיך אָנהייבן אַ נײַע וועלט. די היסטאָריקער זענען מסכּים, אַז די ייִדישע צײַט־רעכענונג שטימט מיט דער עלטער פֿון דער מאָדערנער מענטשהייט; די „שטיינערנער תּקופֿה” איז געווען, אינעם סאָציאַלן זין, גאָר אַן אַנדער וועלט. אין פֿאַרגלײַך מיטן גאַנצן אוניווערס, איז אונדזער מענטשלעך וועלטל רעלאַטיוו יונג און מוז זיך ראַדיקאַל בײַטן.
להיפּוך צום תּורה־ענין פֿון שמיטה־יאָרן, דינען די הײַנטצײַטיקע פֿאַרמערײַ־טעכנאָלאָגיעס דעם פֿאַרקערטן צוועק: אַרויסצובאַקומען וואָס מער תּבֿואה; מע לאָזט די ערד אויף אַ ווײַל צו רו, כּדי זי אויסצונוצן נאָך מער ווײַטער. אַנשטאָט מוחל צו זײַן חובֿות, שטרעבט מען צו פֿאַרוואַנדלען יעדן שטח לאַנד אין אַ קוואַל פֿון רווח. אַזאַ עקספּואַטאַטאָרישער צוגאַנג צעשעדיקן די סבֿיבֿה, ברענגט צו אומיושרדיקע באַציִונגען צווישן מענטשן און קומט זיכער אין סתּירה מיטן גײַסט פֿון דער צוקונפֿטיקער משיחישער „שמיטה‟, ווען די חובֿות, געלטער און אַנדערע עלעמענטן פֿון דער הײַנטיקער געברויך־ציוויליאַציע וועלן בטל ווערן.
רבי נחמן בראַצלעווער דערקלערט, אַז צוליב דעם טאָר מען נישט האַנדלען און אָנרירן געלט שבת. אַזוי ווי שמיטה, איז דער יום־המנוחה מרמז אויף דער משיחישער וועלט, וווּ צווישן די מענטשן וועלן הערשן, אַנשטאָט דער הײַנטיקער מאַרק־קאָנקורענץ, גאָר אַנדערע, ברידערלעכע באַציִונגען.
וואָס וועט זײַן, ווען מיר וועלן זיך דערנענטערן צום זיבעטן יאָרטויזנט, צו דער „שמיטה‟ פֿון אונדזער הײַנטיקער ציוויליזאַציע? צי דאָס מיינט אַ גײַסטיקע רעוואָלוציע, ווען עס וועט זיך צעבליִען אַ נײַע גאָלדענע תּקופֿה, אָדער — חלילה — אַן אָפּאָקאַליפּטישע קאַטאַסטראָפֿע? דאָס ווענדט זיך שוין אין דעם, ווי אַזוי די מענטשן וועלן זיך אויפֿפֿירן. במשך פֿון די לעצטע דורות האָט די מענטשהייט, צום באַדויערן, פֿאַרווירקלעכט די פֿינצטערסטע אַפּאָקאַליפּטישע נבֿואות און געוויזן, אַז זי איז בכּוח צו מאַכן אַ סוף פֿון גאַנצע פֿעלקער און לענדער. דעם גאַנצן פּלאַנעט דראָט אַפֿילו אַ סכּנה. דער באַשעפֿער זאָל אונדז העלפֿן אויסצוקלײַבן דעם בעסערן וואַריאַנט און דערלעבן בשלום ביז דער שוועל פֿון דער גאולה־צײַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.