אַן אויסשטעלונג וועגן דעם אימאַזש, געשיכטע און סימבאָליזם פֿון דער מנורה האָט זיך געעפֿנט אין רוים.
דאָ רעדט זיך נישט פֿונעם חנוכּה־לאָמפּ — דער לײַכטער מיט נײַן רערלעך, וואָס מע צינדט במשך פֿון די אַכט טעג פֿון חנוכּה — נאָר פֿון דער מנורה, וואָס באַשטייט פֿון זיבן רערלעך און איז אַ מאָל געשטאַנען אין מישכּן און שפּעטער אין בית־המיקדש.
די אויסשטעלונג, „מנורה: קולט, געשיכטע און מיטאָס‟, איז אַ בשותּפֿותדיקער פּראָיעקט פֿונעם וואַטיקאַן־מוזיי און דעם ייִדישן מוזיי אין רוים. דאָס איז דאָס ערשטע מאָל וואָס די צוויי מוזייען קאָלאַבאָרירן אויף אַזאַ אופֿן. די אויסשטעלונג וועט אָנגיין ביזן 23סטן יולי.
אַ טייל פֿון די חפֿצים געפֿינט זיך אינעם זאַל „קאַרלאָ מאַניאָ‟ אין „סיינט פּיטערס פּלאַץ‟, און אַ צווייטער טייל — אינעם ייִדישן מוזיי אין רוים, וואָס שטייט בערך אַ מײַל פֿונעם קאָמפּלעקס פֿון דער גרויסער שיל, לעבן דעם טיבער־טײַך.
די אויסשטעלונג, וואָס האָט גענומען דרײַ און אַ האַלב יאָר צונויפֿצושטעלן, נעמט אַרײַן בערך 130 מאָלערײַען, אילוסטראַציעס און אַנדערע אימאַזשן פֿון מנורות איבער דער וועלט. דער עלטסטער עקספּאָנאַט איז דער אַזוי־גערופֿענער מאַגדאַלאַ־שטיין — אַ גראַווירטער שטיין דאַטירט פֿונעם ערשטן יאָרהונדערט אין דער איצטיקער צײַט־רעכענונג, וואָס עקספּערטן האַלטן, שילדערט אפֿשר דעם צווייטן בית־המיקדש אין ירושלים.
די אויסשטעלונג גיט איבער מעגלעכע השערות וועגן דעם גורל פֿון דער פֿײַנגאָלדענער מנורה אינעם בית־המיקדש, וואָס די רוימער האָבן צוגעגנבֿעט נאָכן צעשטערן דעם הייליקן טעמפּל פֿון ייִדישן גאָטדינסט אינעם יאָר 70 פֿון דער איצטיקער צײַט־רעכענונג — אַ סצענע וואָס איז אויסגראַווירט אויפֿן פֿאַרצײַטיקן „טיטוס־בויגן‟ אין רוים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.