דער 27סטער יערלעכער ייִדישער קינאָ-פעסטיוואַל אין וואַשינגטאָן, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן דעם 17טן מײַ און וועט דויערן ביזן 28סטן, איז אַ רײַכער אויסקלײַב פֿילמען, פֿון אַלע עקן פֿון דער ייִדישער וועלט. דערצו קומען פֿאָר ספּעציעלע אָוונטן און אונטערנעמונגען געווידמעט ספּעציפֿישע טעמעס אָדער רעזשיסאָרן.
מע וועט, למשל, באַערן דעם ייִדישן אַמעריקאַנער רעזשיסאָר באַרי לעווינסאָן, וואָס האָט אין משך פֿון יאָרצענדליקער יאָרן געשאַפֿן פֿילמען וועגן די באַלטימאָרערער ייִדן; פֿילמען ווי „אַוואַלאָן‟, „ליבערטי הײַטס‟, „דײַנער‟ און נאָך (ווי אויך די ביאָגראַפֿישע דראַמע וואָס ער האָט געמאַכט אין 1991 וועגן דעם לעבן פֿון דעם ייִדישן אַמעריקאַנער גאַנגסטער באַגסי סיגעל). דערצו וועלן קומען צו גאַסט די רעזשיסאָרקעס איימי העקערלינג (“Clueless”), און אַגניעשקאַ האָלאַנד (“Europa, Europa”).
צוויי פֿילמען, וואָס וועלן דאָרט געוויזן ווערן, האָבן צוגעצויגן מײַן אינטערעס. בײַם ערשטן בליק דאַכט זיך אַז זיי קומען פֿון גאָר באַזונדערע וועלטן, אָבער ווען מע פֿאַרטיפֿט זיך, פֿאַרשטייט מען אַז זיי האָבן אַ סך בשותּפֿות. דער ערשטער פֿילם הייסט In Between („אין צווישן‟). אויף העברעיִש: „נישט אַהין, נישט אַהער‟, און אויף אַראַביש: „ים יבשה‟). דער טיטל דערמאָנט אין די טיטלען פֿון ייִדישע שאַפֿונגען אין מיזרח־אייראָפּע אָדער אַמעריקע, ווי אַנסקיס „דער דיבוק: צווישן צוויי וועלטן‟, וואָס האָבן אין תּוך זיך פֿאַרנומען מיט פֿראַגעס פֿון ייִדישער אַקולטוראַציע אין דער אַרומיקער קולטור, און צווישן די וועלטן פֿון פֿרומקייט און טראַדיציע פֿון איין צד, און סעקולאַריזם און פּערזענלעכער פֿרײַהייט פֿונעם צווייטן.
אָבער דאָ, אין „אין צווישן‟, רעדט זיך וועגן דעם לעבן פֿון דרײַ יונגע מאָדערנע פּאַלעסטינער פֿרויען, וואָס וווינען אינעם סאַמע האַרץ פֿון ישׂראל — דער שטאָט תּל־אָבֿיבֿ. פֿאַר די צוקוקער וואָס זענען צוגעוווינט צו זען תּל־אָבֿיבֿ נאָר אין עטנישע האָמאָגענישע ראַמען, כּלומר, ווי אַ ייִדישע שטאָט, דערוואַרט זיי אַ סורפּריז. דער פֿאָקוס אויף די פּאַלעסטינער געשטאַלטן שאַפֿט אַ פֿילם וווּ בערך 95% דערפֿון רעדט מען אויף אַראַביש, הגם ער קומט פֿאָר אין די סאַמע צענטראַלע גאַסן און קרעטשמעס אין תּל־אָבֿיבֿ. (אַגבֿ, אַ סך העברעיִשע ווערטער קען מען פֿאָרט הערן דורכגעוועבט אין דער אַראַבישער ריידשפּראַך פֿון די העלדן).
די דרײַ פּאַלעסטינער פֿרויען זענען אַלע געקומען פֿון צפֿון־ישׂראל, און הײַנט טיילן זיי זיך אַ דירה אין צענטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ. לײַלאַ און סאַלמאַ זענען מאָדערנע פֿרויען, וואָס גייען פֿרײַ אויף ראַנדקעס, טרינקען משקה, נאַרקאָטעווען, און אַרבעטן אין מאָדערנע פּראָפֿעסיעס. לײַלאַ איז אַן אַדוואָקאַטקע, סאַלמאַ שאַפֿט מוזיק און אַרבעט ווי אַ באַרשענקערין. זייער נײַע מיטוווינערין, נור, איז אַ פֿרומע מוסולמענישע פֿרוי פֿון אום־על־פֿאַכעם וואָס שטודירט קאָמפּיוטער־וויסנשאַפֿט אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט.
„אין צווישן‟ איז דער רושמדיקער פֿילם־דעביוט פֿון דער רעזשיסאָרקע און סצענאַריסטקע מײַסאַלון כאַמוד. זי פּרעזענטירט דעם פֿילם פֿון אַ שטאַרק פֿעמיניסטישן קוקווינקל, באַהאַנדלענדיק די שווערע קאָנפֿראָנטאַציעס צווישן די פֿרויען און דעם מענער־דאָמינירטן אַרום, נאַוויגירנדיק אין דער ייִדישער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט וואָס נעמט זיי נישט תּמיד אָן מיט אָפֿענע אָרעמעס.
דער צווייטער פֿילם, „מנשה‟, האָט, ווי געזאָגט, נישט ווייניק בשותּפֿות מיט כאַמודס פֿילם. אויך דאָ רעדט זיך וועגן אַן אײַנגעבוירענער מינדערהייט, וואָס לעבט זײַן אייגענעם לעבן אין דער סאַמע גרויסער שטאָט. אין „מנשהס‟ פֿאַל, רעדט מען וועגן דעם לעבן פֿון ברוקלינער חסידים, און אויף ייִדיש אַנשטאָט אַראַביש. דער גאַנצער פֿילם פֿירט זיך אויף ייִדיש, און דאָס איז טאַקע אַ בשׂורה פֿאַר די ליבהאָבערס פֿון דער שפּראַך.
„מנשה‟ דערציילט די געשיכטע פֿון אַן אַלמן וואָס אײַלט זיך נישט ווידער חתונה צו האָבן, און דערווײַל קעמפֿט ער צו דערציִען זײַן איינציקן זון בײַ זיך אין דער היים. מנשה איז אַ מין לא־יוצלח, אַ שלימזל, וואָס אַרבעט אין אַ סופּערמאַרקעט אונטער אַ געפֿערלעכן באָס, און מאַכט נישט לרובֿ קיין גוטן רושם ווי איינער וואָס איז מסוגל צו נעמען אויף זיך אַזאַ מין אַחריות. דער פֿילם איז דורכויס געשפּילט געוואָרן דורך חסידים, און אין דער הויפּט־ראָלע שפּילט מנשה לוסטיג, אַ באַקאַנטע קולטורעלע פֿיגור צווישן די סקווערער חסידים. דער סצענאַר נעמט דערצו טיילן פֿון לוסטיגס אייגענער ביאָגראַפֿיע. אויף זײַן יוטוב־קאַנאַל מאַכט לוסטיג אַ קאָמישן אינטערוויו אויף ייִדיש מיטן פֿילמס רעזשיסאָר דזשאָשואַ ווײַנשטיין, וואָס ענטפֿערט אים אויף ענגליש.
דער פֿילם „מנשה‟ איז זייער באַשיידן, געשאַפֿן מיט סענסיטיווקייט און האָט זײַנע גוטע מאָמענטן. ער מאַכט אַן אויטענטישן אײַנדרוק פֿון דעם חסידישן לעבנס־שטייגער, אי די שטרענגקייט, אי דאָס גליק פֿון דער דאָזיקער געזעלשאַפֿט.
דער פֿעסטיוואַל אָרגאַניזירט אויך אַ ייִדיש־אָוונט, מאָנטיק, דעם 22סטן מײַ, וווּ מע וועט ווײַזן אַ רעסטאַוורירטע ווערסיע פֿונעם קלאַסישן „אַ בריוועלע דער מאַמען‟ (1939), און די גרופּע ניקיטאָוו וועט אויפֿטרעטן מיט באַקאַנטע ייִדישע לידער און ייִדישע אינטערפּעטאַציעס פֿון פּאָפּולערע לידער פֿון די „ראָלינג סטאָנס‟ און לענאַרד כּהן.
https://www.wjff.org/beyond-the-films/yiddish
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.