דער, וואָס איז אַ ביסל באַקאַנט מיטן ישׂראלדיקן טאָג־טעגלעכן יש, ווייסט וועגן דעם באַזונדערן פֿאַרווײַליקן רוחניות, וואָס פֿילט אָן די אַטמאָספֿער פֿון די תּל־אָבֿיבֿער גאַסן דאָנערשטיק אין אָוונט.
פֿאַר אַ סך אַנשטאַלטן איז עס דער לעצטער טאָג פֿון דער אַרבעטוואָך, בעיקר פֿאַר אוניווערסיטעטן, קאָלעדזשן און מלוכישע אינסטאַנצן, און אויב געוויסע אונטערנעמונגען אַרבעטן יאָ פֿרײַטיק — איז עס אַ קורצער טאָג, וואָס מאַכט ווייניקער קאַליע דאָס יום־טובֿדיקע געפֿיל פֿונעם לעצטן אָוונט ערבֿ שבת. און וואָס קען זײַן בעסער ווי צו גיין אין אַ וווּנדערלעכן פֿרילינג־אָוונט אין טעאַטער, און על אחת כּמה וכמה אויב דער טעאַטער איז „תּיאטרון גשר‟ — דער ליבלינג פֿון דעם תּל־אָבֿיבֿער עולם שוין אין משך פֿון 26 יאָר.
די טעג שטעלט מען דאָרט פֿאָר אַ פּיעסע לויט שלום־עליכמס ראָמאַן אין בריוו, „מאַריענבאַד‟. בעסער קען שוין ניט זײַן. ווען איך בין אַרײַן אין טעאַטער־זאַל און גענומען מײַן פּלאַץ האָב איך באַלד אָנגעטראַסקעט אַ דיפּעשע צו מײַן פֿרײַנד אין מאָסקווע:
„איך געפֿין זיך אין תּל־אָבֿיבֿ, אין דער ערשטער העברעיִשער שטאָט, זיץ אין טעאַטער, וואָס איז געגרינדעט פֿון נײַע עולים פֿון רוסלאַנד און זע אַ פּיעסע לויטן גרויסן ייִדישן שרײַבער. סוררעאַליזם און שוין.
אַפּראָפּאָ „רוסישן‟ טעאַטער: „תּיאטרון גשר‟ (גשר מיינט אַ בריק — אַ קולטורעלע בריק צווישן קלאַסישן רוסישן און מאָדערנעם ישׂראלדיקן טעאַטער) איז געגרינדעט געוואָרן אין יאָר 1991 ווען דער רוסישער רעזשיסאָר און פּעדאַגאָג יעווגעני אַריה האָט עולה געווען מיט אַ גרופּע פֿון זײַנע געטרײַע תּלמידים און מיטדענקער, מיט אַ כּוונה צו שאַפֿן אַן אייגנאַרטיקן, אינגאַנצן נײַעם טעאַטער און האָט מצליח געווען.
זייערס אַ פֿאַרמיטלער און וועגווײַזער איז געווען פּראָפֿעסאָר אַריה הראל (1911־ 1998), אַ ישׂראלדיקער דיפּלאָמאַט און באַרימטער ענדאָקרינאָלאָג. אין יאָר 1959 איז אַריה הראל געווען באַשטימט אַלץ אַמבאַסאַדאָר פֿון מדינת־ישׂראל אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. זײַענדיק אין רוסלאַנד האָט ער זיך באַזונדערס אָפּגעגעבן מיטן אַנטוויקלען קולטורעלע באַציִונגען צווישן ביידע מדינות. אַחוץ דעם האָט פּראָפֿעסאָר הראל, אַ געבוירענער אין קיִעוו, געהאַט אַ באַזונדערן סענטימענט צו דער ייִדישער שפּראַך און דער ייִדישער קולטור, און געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם גורל פֿון נחמה ליפֿשיץ ז״ל (1927־2017), די וועלטפּרימע פֿונעם ייִדישן פֿאָלקסליד. יאָרן לאַנג איז ער געווען אַ מיטגליד פֿון דער פֿאַרוואַלטונג פֿון שלום־עליכם־הויז אין תּל־אָבֿיבֿ, דעם צענטער פֿון דער ייִדישער קולטור און ליטעראַטור.
די ערשטע פֿאָרשטעלונג פֿונעם נײַעם טעאַטער איז געווען Rosencrantz and Guildenstern Are Dead פֿונעם באַרימטן ענגלישן דראַמאַטורג Tom Stoppard. דער נײַער טעאַטער האָט דעמאָלט אַרויסגערופֿן אַ גאַנץ נעגאַטיווע רעאַקציע פֿונעם ישׂראלדיקן עסטאַבלישמענט, וואָס האָט מורא געהאַט פֿאַר דער שאַרפֿער קאָנקורענץ און האָט באַשולדיקט „גשר‟ אין סעפּאַראַטיזם און אין שטערן דעם געדאַנק פֿון אַ קולטורעלן שמעלצטאָפּ.
בעת זײַן פֿרוכטבאַרער טעטיקייט האָט „גשר‟ אין גאַנצן אָפּגעלייקנט די וויסטע באַשולדיקונגען. דער טעאַטער איז גאַנץ גיך איבערגעגאַנגען צו שפּילן אויף העברעיִש, געעפֿנט ברייט דעם טויער פֿון זײַן זאַל פֿאַר ישׂראלדיקע צוקוקער און זײַן בינע פֿאַר ישׂראלדיקע העברעיִש־רעדנדיקע אַקטיאָרן, רעזשיסאָרן אן דראַמאַטורגן. צוזאַמען מיט די שטערנס פֿונעם טעאַטער גופֿא — סאַשע דעמידאָוו, נאַטאַשע מנור און יעווגעניע דאָדינאַ, געקומענע פֿון רוסלאַנד, האָבן געשפּילט די אָנערקענטע אויטאָריטעטן פֿון דער ישׂראלדיקער בינע ווי חיים טאָפּאָל, שׂשׂי קשת, חנה לאַסלאָ, דורון טבֿורי וכדומה… דעם טעאַטער־רעפּערטואַר האָבן באַרײַכערט אַזעלעכע פּיעסעס פֿון ישׂראלדיקע דראַמאַטורגן ווי „כּפֿר‟ (אַ דאָרף) פֿון יהושוע סאָבאָל, „אדם בן כּלבֿ‟ פֿון יורם קאַניוק און „אַני דון קישוט‟ (איך בין דאָן קישאָט) פֿון רועי חן.
אַזוי אַרום קען מען זאָגן אַז נישט געקוקט אויפֿן פּראָטעסט פֿון קליינע בירגער קעגן דעם אַזוי גערופֿענעם „פֿרעמדן, נישט אונדזערן‟ טעאַטער האָט „גשר‟ זיך אָרגאַניש אַרײַנגעגאָסן אין דער קאָלירטער מאָזאַיִק פֿון דער ישׂראלדיקער קולטור, פּונקט אַזוי ווי רוסיש־רעדנדיקע דאָקטוירים זײַנען אַרײַן אין דער סיסטעם פֿון דער ישׂראלדיקער מעדיצין, רוסיש־רעדנדיקע לערערס אין דער בילדונג־סיסטעם, קאָמפּיוטער־לײַט אינעם באַרימטן ישׂראלדיקן Hi Tech און רוסיש־רעדנדיקע ליידיקגייער האָבן גאַנץ גיך און גאַנץ געראָטן געפֿונען זייער פּלאַץ אין דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק.
און אַז מען רעדט שוין וועגן די ליידיקגייער — עס זענען גענוג געווען אַזעלעכע פּאַרשוינען אויף דער בינע פֿון „גשר‟ דעם פֿאַרגאַנגענעם דאָנערשטיק ווען מען האָט געשפּילט „זומער אין מאַריענבאַד‟ לויט שלום־עליכמס אויבן דערמאָנטן ראָמאַן. אָט נאַט אײַך חיים סאָראָקער (אלון פֿרידמאַן) — אַ וואַרשעווער ייִד, וואָס האָט געלאָזט אין וואַרשע זײַן געטרײַע פֿרוי אסתּר (נטע שפּיגעלמאַן), געפֿאָרן אינעם קוראָרט מאַריִענבאַד, כּדי „׳אָפּצונעמען׳ — דאָס הייסט, פֿאַרלוירן דעם בויך‟ און טוט עס טאַקע לויפֿנדיק נאָך בעלצע קורלענדער (רוני עינבֿ) — דאָס יונגע שיינע ווײַבל פֿון זײַן שותּף.
און ס’איז דאָ נאָך איינער אַ פֿראַנט, מאיר מאַריאַמטשיק (סאַשאַ דעמידאָוו). יענער פֿאַרפֿעלט ניט קיין איין פֿרוי, אָדער אַ פֿרײַלין אין זײַן אָבסעסיע פֿון אַ מאַנצביל, וואָס געפֿינט זיך אויף וואַרעמע בעדער ווײַט פֿון זײַן ווײַב חנצע (סוועטלאַנע דעמידאָוו). אַ יונגער דענטיסט ד״ר זײַדנער (הענרי דוד) איז מסכּים חתונה צו האָבן — מיט וועמען איז ניט וויכטיק, אַבי אַ נדן, און איז אַפֿילו גרייט צונויפֿצושדכענען זיך מיט דרײַ מיאסע טעכטער פֿון פּערל יאַמײַטשיכע (ליליאַן רות) איניינעם, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס אין קעשענעוו האָט ער שוין אַ ווײַב מיט קינדער.
און פֿאַרגעסט נישט דעם אומעטומיקן שדכן אַלעקסאַנדער סווירסקין (אַלכּס סענדעראָוויטש — דער בעסטער קאָמיקער אין „גשר‟), וואָס דרייט זיך ווי אַ וועווערקע, שטעלט צונויף אַ וואַנט מיט אַ וואַנט און פֿון אַלע זײַנע שידוכים לאָזט זיך אַרויס אַ בוידעם, כאָטש ער אַליין זאָגט אַלע מאָל צו, אַז ער האָט די בעסטע פּאַרטיעס — סאַמע אַדוואָקאַטן און דאָקטוירים. אָט איז אומגעפֿער דאָס בילד פֿון דער אַקציע, וואָס קומט פֿאָר אויף דער בינע און פֿאַרצויבערט דעם עולם, וואָס איז מיד פֿון מרא־שחורהדיקע קליינשטעטלדיקע סטערעאָטיפּן וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור און געניסט פֿון אַ פֿרישער, פֿינקלדיקער, פֿריילעכער פֿאָרשטעלונג.
געוויס, שלום־עליכם האָט אַרײַנגעבראַכט אין דער ייִדישער ליטעראַטור דעם רויש פֿון אײַזנבאַן־רעדער, דאָס קלינגען פֿון טעלעפֿאָנען און דאָס שטעפּן פֿון טעלעגראַמען, די וועלט פֿון בערזעס, צײַטונגען און טעאַטערס, אַלערליי אַגענטן און זייערע קרבנות — מיט איין וואָרט: „פּראָגרעס‟.
דעם ראָמאַן „מאַריענבאַד‟ (דער מחבר אַליין האָט עס אָנגערופֿן „אַ פֿאַרפּלאָנטערניש צווישן צוויי שטעט: וואַרשע און מאַריענבאַד) האָט שלום־עליכם אָנגעשריבן פֿאַר דער צײַטונג „הײַנט‟ אין יאָר 1911. דאָס איז געווען אַ גאַנץ וווילע תּקופֿה פֿאַר דער עקאָנאָמיק פֿון דער רוסלענדישער אימפּעריע. אין די לעצטע צען יאָר פֿונעם נײַנצטן יאָרהונדערט האָט רוסלאַנד פֿאַרטאָפּלט דעם באַנעם פֿון איר אינדוסטריע, וואָס האָט געבראַכט צום אײַנפֿירן אין 1899 דעם גאָלדענעם רובל. דער רובל איז, אייגנטלעך, געוואָרן אַ גאַנץ ווערטיקע מטבע. ווי שרײַבט שלום־עליכם אינעם ראָמאַן גופֿא: „פֿאַר אַ רוסישן הונדערטער וועט דיר אַ דײַטש אַראָפּנעמען דאָס היטל פֿאַר אַ מײַל. אַ דײַטשער ייִד פֿאַרשטייט נישט, וואָס האָבן מיר זיך צו באַקלאָגן אויף אונדזער לאַנד, וועלכע פֿאַרמאָגט אַזעלעכע רובלען, וואָס מיר באַקומען פֿאַר זיי אַ דריטהאַלבן קרוין, און אַ מאָל נאָך מיט אַ פּאָר העלער צוגאָב?‟.
אַ דאַנק דעם האָט ניט בלויז אַן אויפֿגעקומענער גבֿיר, נאָר אַפֿילו אַ קליינער בירגער געקאָנט פֿאַרברענגען און גוט אויסגעבן אין אויסלאַנד. אַלע אייראָפּעישע קורערטער זענען געווען פֿאַרפֿלייצט מיט רוסלענדישע בירגער און, פֿאַרשטייט זיך, אַ סך ייִדן בתוכם. אפֿשר נישט אומזיסט האָט שלום־עליכם אויסגעקליבן מאַריענבאַד (וואָס הייסט הײַנט Mariánské Lázně), ווײַל תּמיד איז דער קוראָרט געווען ביליקער פֿונעם באַרימטן קאַרלסבאַד (Karlovy Vary). נישט בלויז רײַכע בעלי־הבתּים, נאָר אויך „די ערשטע שוואַלבן‟ פֿונעם שפּעטערדיקן מיטלקלאַס האָבן זיך געקאָנט דערלויבן אָפּרוען און פּאָפּראַוויען דעם געזונט-צושטאַנד אין מאַריענבאַד.
אָבער ניט בלויז מאַריענבאַד ווערט דאָ אַ וויכטיקע אָרט־באַשטימונג, נאָר אויך וואַרשע. די שטאָט, וואָס האָט בײַם אָנהייב צוואַנציקסטן יאָרהונדערט געציילט 638,000 אײַנוווינער, און 34% פֿון זיי — ייִדן; הייסט עס, די שטאָט מיט דער גרעסטער ייִדישער קהילה אין אייראָפּע. וואַרשע איז געשטאַנען אויפֿן ראָג פֿון האַנדלס־וועגן און טראַנס־אייראָפּעיִשע מיגראַציעס. פֿון דער שטאָט פֿון קליינע מעקלערס ווערט וואַרשע פֿאַרוואַנדלט אין דער אינדוסטריעלער און באַדינונג־צענטער.
נישט אומזיסט שרײַבט שלמה קורלענדער (דורון תּבורי) פֿון נאַלעווקין (די גאַס אין וואַרשע) צו זײַן פֿרוי בעלצע קיין מאַריענבאַד גענויע באַריכטן וועגן זײַנע עסקים — דאָס בויען פֿון הײַזער ווי אַ פּאָדריאַדטשיק און פֿאַרדינגען זיי די לאָקאַטאָרן ווי אַן אייגנטימער. אַוודאי איז זײַן פּרנסה ניט צוקער־זיס, ווײַל צווישן לאָקאַטאָרן־בעלי־חובֿות זענען דאָ אַזעלעכע, וואָס „באַרימען זיך, אַז טאָמער וואַרפֿט מען זיי אַרויס פֿון דער דירה, וועלן זיי מיך (שלמה קורלענדערן) באַשרײַבן אין די צײַטונגען‟. און מכּוח דאָס בויען „האָט מען צו טאָן מיט גראָבע מענטשן, בעלי־מלאָכות און אַרבעטער, וואָס קריכן אויפֿן קאָפּ, האָבן ניט קיין טראָפּן דרך־ארץ פֿאַר אַ בעל־הבית‟.
פֿון דעסט וועגן אַרט דאָס זייער ווייניק זײַן יונג ווײַבל, וואָס גיט אויס איר מאַנס האָב-און-גוטס פֿריִער אויף מציאות אין בערלין און ווײַטער אויף פֿאַרברענגען אין מאַריענבאַד. עס איז דאָ נאָך אַ פּערסאָנאַזש: שבֿע־רחל — די דינסטן פֿון די קורלענדער (אַנדזשעלע שטיינגאַרט). בײַ שלום־עליכמען ווערט נאָר דערמאָנט איר נאָמען, און דאָ האָט זי באַקומען אַ טעקסט פֿון דער פֿאַרשטאָרבענער פֿרוי פֿון שלמה קורלענדער. שאַפֿט זיך אַ סיטואַציע, אַז זי איז פֿאַרליבט בסוד אין איר בעל־הבית און דאָס רופֿט אַרויס אַ געזונטן געלעכטער.
און דאָ מוז מען אָפּמערקן די סצענאָגראַפֿיע (פֿונעם קינסטלער אַדם קעלער). די סצענע איז צעטייטל אויף דרײַ פּאָזיצעס: די אַוואַנססצענע סימבאָליזירט די אינדוסטריעלע, פּראָזאַיִשע און גרויע וואַרשע של מטה; די הינטער־דעקאָראַציע איז באַפֿאַרבט מיט העל בלויע און גרינע קאָלירן, באַלויכטן מיט אַ שטאַרקן ליכט און סימבאָליזירט מאַריענבאַד של מעלה. אויף דער מיטלסטער שורה קומען פֿאָר אַלע סאָרטן אינטעראַקציעס: דאָס אָפּפֿאָרן און אָנקומען פֿון דער באַן, דאָס שיקן אַ טעלעגראַמע און דאָס ווענדן צום אַדרעסאַט וואָס געפֿינט זיך אויפֿן אַנדערן עק פֿון אייראָפּע. פֿאַרשטייט זיך, אַז די צעטיילונג איז אַ באַדינגלעכע און ווערט ניט איין מאָל צעבראָכן, אַ ניט וואָלט די גאַנצע פֿאָרשטעלונג געווען אַ נודנע איבערחזרונג פֿונעם טעקסט, נאָר דאָ האָבן מיר פֿאַר זיך אַ פֿריילעכע און לעבעדיקע קאָמעדיע.
אפֿשר איז דערפֿאַר געלונגען די שׂמחה, ווײַל די פֿאָרשטעלונג האָבן אויפֿגעשטעלט יונגע כּוחות, וואָס איז גאַנץ פֿאַרשפּרייט אין „גשר‟. דער טעאַטער האָט באַשטעלט די פּיעסע בײַ אַ יונגער ישׂראלדיקער דראַמאַטורגין, נגה אַשכּנזי. אַ טשיקאַווער צונויפֿשטעל — די פּיעסע שרײַבט אָן אַ יונגע פֿרוי, וואָס האָט אין גאַנצן פֿאַרגעסן פֿון אַזאַ אַנאָכראָניזם ווי צו שיקן פּאָסט־בריוועלעך און וואַרטן אַמווייניקסטן אַ וואָך צײַט אויף אַן ענטפֿער. אָבער איין געוויסן פּרט וואָס פֿאַרבינדט די פֿאַרשיידענע תּקופֿות האָט זי באַמערקט: אַלץ, וואָס קומט פֿאָר אין מאַריענבאַד ווערט צי פֿריִער צי שפּעטער באַקאַנט אין וואַרשע און פֿאַרקערט. בײַם שאַפֿן די פּיעסע גופֿא האָט זי גענוצט פֿאַרשיידענע טעכניקן ווי, למשל, דאָס איבערמאַכן אַ בריוו אין אַ דיאַלאָג אָדער די איבערחזרונג פֿון וויכטיקע מאָמענטן.
איר צו הילף איז געווען דער ליטעראַרישער דירעקטאָר פֿון „גשר‟ — רועי חן. דער ספֿרדישער בחור האָט זיך פֿאַרליבט אין דער רוסישער קולטור און ליטעראַטור, האָט באַהערשט רוסיש און שוין יאָרן לאַנג פֿירט ער אָן מיט די רעפּערטואַר־ענינים פֿונעם טעאַטער. דאָס איז נישט זײַן ערשטע באַגעגעניש מיט שלום־עליכמען. אין יאָר 2006 האָט ער איבערגעזעצט אויף העברעיִש די פּיעסע פֿון מיכאל טעפּליצקי, „העיקר שכחתי‟, לויט „מנחם־מענדל‟.
דער רעזשיסיאָר אמיר י. וואָלף איז אויך אַ יונגער בחור, וואָס האָט זיך אויסגעצייכנט אין עטלעכע ישׂראלדיקע פֿילמען און זייף־אָפּערעס און שוין אויסגעפּרוּווט געוואָרן אין רעזשי, גראָד אינעם „גשר‟. זייער גוט, וואָס דער רעזשיסאָר האָט נישט אָנגעטאָן די העלדן פֿון שלום־עליכמס ראָמאַן אין דזשינסן און אין סאַנדאַלן, ניט אַרײַנגערוקט יעדן איינעם פֿון זיי אַ סמאַרטפֿאָן און נישט אַריבערגעפֿירט דעם סיפּור־המעשׂה אין לאַס־וועגאַס, ווי ס׳איז אָנגענומען אין ס׳רובֿ מאָדערנע טעאַטערס, כאָטש אין דער פּראָגראַמקע שטייט, אַז די האַנדלונג קומט פֿאָר אין די דרײַסיקער יאָרן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. ווען איך וואָלט די פּראָגראַמקע נישט געלייענט, וואָלט איך דאָס נישט באַמערקט. פֿאַר מײַנע אויגן האָב איך געזען די עכטע שלום־עליכמס העלדן אין דער עכטער שלום־עליכמס תּקופֿה. אַ שאָד נאָר, אַז די פֿאָרשטעלונג זעט אויס אַ ביסל אָרעם פֿונעם מוזיקאַלישן שטאַנדפּונקט. און נישט מכּוח די מוזיק־גופֿא (די קאָמפּאָזיטאָרין רוני רשף) נאָר מכּוח דער אויספֿירונג. די מוזיק איז אַ גוטע און אַ פּאַסיקע, אָבער נאָר איין פּיאַנע איז צו אָרעם. אַ מאָל האָט „גשר‟ געגלאַנצט מיט זײַן אָרקעסטער און מוזיקאַלישע באַאַרבעטונגען. מן־הסתּם איז דאָס אַ פּועל־יוצא פֿון אַ באַגרענעצטן בודזשעט.
די כאָרעאָגראַפֿיע איז אָבער אַן אויסערגעוויינטלעכע — סײַ אין זכות פֿון דער כאָרעאָגראַפֿערין טליה בעק, סײַ אין זכות פֿון די אַקטיאָרן, וואָס גיבן איבער שלום־עליכמס לעבנסלוסטיקייט דורך די גלענצענדיקע פֿײַערדיקע טענץ. ווען איך בין אַרויס פֿונעם טעאַטער האָב איך זיך געטראָפֿן מיט אַן אַלטער באַקאַנטער, אַ טיפּישע ווילנערין מיט אַ זאַפֿטיקן ייִדיש. זי האָט פֿאַר מיר באַלד אויסגעגאָסן דאָס האַרץ:
„ווי געפֿעלט אײַך מײַן איידעם? געלאָזט מײַן טאָכטער, זײַן ווײַב, אַ טראָגעדיקע און אַוועק לויפֿן סקי מיט די חבֿרה. פֿרעג איך אים: ׳ווי קענסטו אַזוי טאָן?׳ זאָגט ער מיר: ׳טײַערע שוויגער, ווען איך האָב באַשטעלט די בילעטן האָב איך נאָך נישט געוווּסט, אַז זי טראָגט.׳
ממש חיימל סאָראָקער מיט די ביינער… איז דאָס נישט דער בעסטער באַווײַז, אַז שלום־עליכם בלײַבט אַקטועל, אָן שום קינסטלעכע ענדערונגען?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.