די זייער חשובֿע ליטעראַטן־געזעלשאַפֿט פֿון פֿראַנקרײַך (Société des Gens de Lettres) האָט באַשלאָסן צו באַלוינען פֿרוי בתיה בוים (Batia Baum) מיט איר העכסטער אויסצייכענונג, Prix consécration, אינעם תּחום פֿון איבערזעצונג פֿאַר 2017.
די יערלעכע פּרעמיע איז אַן אָנערקענונג „פֿאַר דער לעבנס־אַרבעט פֿון אַ באַוווּסטן איבערזעצער, צו דער געלעגנהייט פֿון אַן אָקערשטיקער פּובליקאַציע“. צום ערשטן מאָל ווערט זי צוגעטיילט אַ מענטשן וואָס האָט איבערגעזעצט בלויז און נאָר ייִדישע ליטעראַטור אויף פֿראַנצייזיש.
בתיה בוים איז נישט נאָר אַ טאַלאַנטירטע איבערזעצערין, נאָר אויך אַ זעלטענע פּערזענלעכקייט מיט אַן אומגעוויינטלעכער לעבנס־געשיכטע. אַ געבוירענע אין פֿראַנקרײַך בײַם אָנהייב פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע, האָט זי פֿרי פֿאַרלוירן איר טאַטן, אַן אַנטינאַצישן ווידערשטאַנד־קעמפֿער וועמען די דײַטשן האָבן דערשאָסן. בתיה האָט איבערגעלעבט די אָקופּאַציע אין באַהעלטעניש, בשעת איר מאַמע איז ווײַטער געווען אַקטיוו אינעם ווידערשטאַנד. ווי אינעם באַקאַנטן חורבן־ליד, האָט זיך אין איר נשמה געלייגט ווי אַ שווערער זיגל דער מאַמעס פֿאַרזאָג: „קיין ייִדיש וואָרט, קיין ייִדיש ליד“. בתיה האָט אונטערגעדריקט אין זיך ייִדיש, וואָס איז ווי אַ קליין קינד געווען איר נאַטירלעך לשון. נאָך דער מלחמה האָט זי זיך מיט אַלע פֿעדעם ווידער צוגעבונדן צו דעם, אָבער רעדן ייִדיש האָט ווײַטער פֿאָרגעשטעלט פֿאַר איר עפּעס פֿאַרווערטס.
אַ באַשאָנקענע מיט אַ מאַכטיקער קינסטלערישע נאַטור, האָט בתיה זיך אַנטוויקלט אין דער פֿראַנצייזיש־שפּראַכיקער ספֿערע: געלערנט און זיך אָפּגעגעבן מיט טעאַטער, געזאַנג, טאַנץ. אָבער דאָס אַלץ — נישט לשם קאַריערע, נאָר ווי געצײַג וואָס זי האָט אינסטינקטיוו אויסגעקליבן זיך צו דערפֿאָרשן צו איר אייגענעם איך. אין אַ געוויסן מאָמענט, אין גאַנג פֿון אירע העכערע טעאַטער־לימודים, האָט זי טאַקע אָפּגעפֿונען אין זיך די פֿעיִקייט צו רעדן מאַמע־לשון. גענומען איבערזעצן ייִדישע פֿאָלקסלידער, גענומען אַרויסטרעטן עפֿנטלעך מיט געזאַנג, און אָנגעהויבן זוכן די נאָענטקייט פֿון די יחידים און סבֿיבֿות בײַ וועלכע צו שטילן איר ברענענדיקן דאָרשט נאָך אַ שפּראַך, אין וועלכער זי האָט ביסלעכווײַז דערזען דעם אייגנטלעכן שטייגער פֿון איר זײַן אויף דער וועלט.
דעמאָלט, אין די לעצטע זיבעציקער יאָרן, האָט בתיה בוים זיך באַפֿרײַנדט מיט מרדכי ליטווינען, דעם וווּנדערלעכן אינטעליגענט און איבערזעצער פֿון פֿראַנצייזישער פּאָעזיע אויף ייִדיש, אַליין אַ טעאָרעטיקער פֿון דער איבערזעצונג־קונסט. זי האָט אויך גענומען באַזוכן דעם ייִדישן איבערזעץ־סעמינאַר מיט וועלכן פּראָפֿ’ רחל ערטעל האָט אָנגעפֿירט אין אוניווערסיטעט. און דער עיקר — זי האָט זיך איבערנאַכט פֿאַרליבט אין י. ל. פּרצן, אין זײַן „בײַ נאַכט אויפֿן אַלטן מאַרק“, די פּיעסע וואָס איז געוואָרן איר לעבנסווערק ווי אַן איבערזעצערין. צענדליקער יאָרן האָט זי אין דעם אַרײַנגעטראַכט, דורכגעשמועסט דערוועגן מיט אָן אַ צאָל מענטשן. זײַענדיק שוין אַליין אַ ייִדיש־לערערין, האָט זי געאַרבעט איבער דער דראַמע מיט תּלמידים, אָרגאַניזירט טיילווײַזע אינסצעניזאַציעס פֿון אירע כּסדר אויסגעבעסערטע פֿראַנצייזישע ווערסיעס, ווײַטער געפֿײַלט און געשליפֿן.
דערווײַל אָבער האָט זי נישט אויפֿגעהערט איבערצוזעצן אַנדערע ווערק, מערסטנס — נישט אויף באַשטעלונג, נאָר ווי געשטויסן פֿון אַן אינעווייניקסט באַדערפֿעניש, ווי פֿאַרכּישופֿט פֿונעם גײַסטיקן כּוח פֿון די שאַפֿונגען. ערשט נאָך דעם האָבן אַ טייל פֿון די פֿאַרטיקע פֿראַנצייזישע ווערסיעס געפֿונען פֿאַרלעגערס. אַ סך אַנדערע וואַרטן נאָך צו זען די ליכטיקע שײַן. אין 1996 האָט איר איבערזעצונג פֿון יוסף בולאָווס מעמואַרן „אַרום אַלטן מאַרקפּלאַץ“ שוין געוווּנען אַ וויכטיקע אויסצייכענונג פֿון דער זעלביקער ליטעראַטן־געזעלשאַפֿט. דערנאָך זענען בײַ פֿאַרשיידענע פּריוואַטע פֿאַרלעגערס אַרויס אירע ווערסיעס פֿון אַלטער קאַציזנעס דערציילונגען, פֿון מאַרקישעס „קופּע“, פֿון זלמן גראַדאָווסקיס עדותשאַפֿט וועגן אוישוויצער זאָנדער־קאָמאַנדאָ און, גאָר לעצטנס, פֿון יצחק רודאַשעווסקיס טאָגבוך פֿון ווילנער געטאָ.
באַזונדער וויכטיק זענען אָבער די איבערזעצונגען פֿון בתיה בוים וואָס זענען אַרויסגעקומען דורכן פֿאַרלאַג „מעדעם־ביבליאָטעק“ בײַם פּאַריזער ייִדיש־צענטער , צווישן זיי, מרים אולינאָווערס לידער, „דאָס ליד פֿון אויסגעהרגעטן ייִדישן פֿאָלק“ פֿון יצחק קאַצענעלסאָן, „גרינער אַקוואַריום“ פֿון אַבֿרהם סוצקעווער, „אַ מאַנטל פֿון אַ פּרינץ“ פֿון יאָסל בירשטיין און פּרצעס „בײַ נאַכט אויפֿן אַלטן מאַרק“ (באַזונדערש דערמאָנט בײַ דער איצטיקער פּרעמיע) — אַלע פֿינף אין צוויישפּראַכיקע אויסגאַבעס, און מענדעלע מוכר־ספֿרימס „די קליאַטשע“, בלויז אויף פֿראַנצייזיש.
בתיה בוים איז אַן אומגעוויינטלעך געוויסנדיקע איבערזעצערין, וואָס זעט אין איר פּראָפֿעסיע אַ העכערע שליחות און אָטעמט ממש מיט די טעקסטן איבער וועלכע זי הערט נישט אויף צו אַרבעטן. לויט איר קוק, איז ייִדיש גופֿא, אין איר מהות, אַ שפּראַך וואָס נעמט זיך פֿון איבערזעצערײַ, וואָס באַשטייט פֿון איבערזעצונג. דאָס איז דאָס לשון וואָס איז אויפֿגעקומען פֿון דער טײַטש־מסורה, פֿון פֿאַרטיפֿן אויף ייִדיש די סוגיות פֿון דער אַראַמישער גמרא, און וואָס דער אינעווייניקסטער דיאַלאָג מיטן אייגענעם לשון־קודשדיקן חלק פּולסירט אין אים ביז הײַנט צו טאָג. דערצו איז עס די שפּראַך וואָס האָט רעגולירט דעם דורכקום מיט דער נישט־ייִדישער וועלט אין אַ מין אומדערמידלעכן איבערטײַטש־פּראָצעס, סײַ אין פֿריִערדיקע צײַטן, סײַ אין די מאָדערנע.
בקיצור, בתיה בוים פֿילט אַז איבערזעצן פֿון ייִדיש איז איר אופֿן צו בלײַבן אין ייִדיש. זי זעצט איבער, נישט נאָר מתּוך ליבשאַפֿט צום ייִדישן וואָרט, נישט נאָר מיטן כּוח פֿון אירע געבענטשטע שפּראַכלעכע גאָבן, נאָר דער עיקר — אין זכות פֿון אַן עטישן און עסטעטישן וועלטבאַנעם. די אַלע מעלות ווערן איצט עפֿנטלעך אָנערקענט, צום שטאָלץ פֿון די ייִדיש־קרײַזן אין פֿראַנקרײַך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.