18־יאָריקער בחור קאַנדידירט פֿאַר בירגער-מײַסטער פֿון ניו־יאָרק

He's 18, Jewish and Running For Mayor of NYC

Facebook

פֿון נפֿתּלי איידלמאַן

Published May 23, 2017, issue of May 26, 2017.

שבת קעסטענבוים איז אַ טיפּישער 18־יעריקער ייִדישער בחור. ער לערנט זיך אין מיטלשול, וווּ ער האָט נאָר וואָס פֿאַרענדיקט זײַנע סוף־עקזאַמענס. ער שפּילט פּיאַנע, באַטייליקט זיך אינעם דעבאַטע־קלוב און גייט אויף וואַלדשפּאַצירן מיט זײַנע פֿרײַנד.

מיט איין פּרט אָבער איז דער יונגערמאַן גאָר אַנדערש פֿון זײַנע מיטצײַטלער: ער קלײַבט זיך צו ווערן דער קומעדיקער בירגער-מײַסטער פון שטאָט ניו־יאָרק

ער האָט אויך אַ חוש פֿון הומאָר, ווי מע קען זען בײַ דער לאָזונג פֿון זײַן קאַמפּאַניע:

Shabbos for Mayor:

Because Everyone Deserves a Good Shabbos

[„שבת פֿאַר מייאָר: ווײַל יעדער איינער וואָלט געמעגט האָבן אַ גוטן שבת‟]

דערווײַל געפֿינט זיך קעסטענבוים נאָך נישט אויף דער אָפֿיציעלער רשימה פֿון קאַנדידאַטן, ווײַל ער דאַרף נאָך עפֿענען אַ באַנקקאָנטע אינעם נאָמען פֿון זײַן קאָמיטעט. ער האָט זיך שוין אָבער יאָ אָנגעהויבן טרעפֿן מיט אייגנטימער פֿון געשעפֿטן און מיט סתּם וויילער, כּדי מפֿרסם צו זײַן די קאַנדידאַטור. ער איז, למשל, געשטאַנען אויף דער פּלאַטפֿאָרמע פֿון עטלעכע אונטערבאַן־סטאַנציעס, כּדי אויסצוהערן, וואָס די וויילער האָבן צו זאָגן.

בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟, האָט קעסטענבוים דערקלערט פֿאַר וואָס ער האָט עס באַשלאָסן צו טאָן: „מייער דעבלאַזיאָ איז דערוויילט געוואָרן בשעת אַ כוואַליע פֿון אָפּטימיזם; אַלע האָבן געגלייבט זײַנע צוזאָגן‟ — אָבער זינט ער האָט פֿאַרנומען דעם אַמט, האָט ער זיך בדרך־כּלל פֿאַרנומען מיט נישטיקע זאַכן. „חדשים לאַנג האָט ער געפּרוּווט פֿאַרווערן די פֿערד־און־וואָגנס אין צענטראַל־פּאַרק. איצט שרײַט ער כּסדר וועגן ׳טראָמפּ־דאָס׳ און ׳טראָמפּ־יענץ׳, און טוט בכלל גאָרנישט אויף.‟

קעסטענבוימס אייגענע פּאָליטישע אַמביציעס זענען אָבער נישט סתּם אַ רעאַקציע צום איצטיקן בירגער-מײַסטער. זינט זײַנע קינדער־יאָרן, האָט ער זיך שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אין פּאָליטיק. ווי דאָס צווייט־ייִנגסטע פֿון זיבן קינדער, האָט ער נאָך פֿון אַ יונגן עלטער זיך באַטייליקט אין די שמועסן פֿון די דערוואַקסענע.

„יעדן זונטיק אויף דער נאַכט פֿלעג די גאַנצע משפּחה זאַלבע־נײַנט זיך אַוועקזעצן עסן צוזאַמען און רעדן פון תּוך־זאַכן; פֿון פּאָליטיק, פֿון דער נײַעס, פֿון ייִדישקייט און אַנדערע זאַכן,‟ האָט ער דערקלערט.

זײַנע עלטערן, ביידע — אָרטאָדאָקסיקע אימיגראַנטן פון ענגלאַנד, און זײַנע זעקס ברידער און שוועסטער, האָבן פֿאַרשידענע פּאָליטישע נייגונגען. כאָטש אַלע האָבן געשטימט פֿאַר הילאַרי קלינטאָן אין די לעצטע פּרעזידענטן־וואַלן, זענען זיי געווען צוויישטימיק לגבי די פֿריִערדיקע וואַלן. אַ טייל האָבן געשטיצט אָבאַמאַ, און אַ טייל — ראָמני. דאָס רײַבן זיך צווישן דערוואַקסענע אינטעליגענטן מיט פֿאַרשידענע מיינונגען האָט אײַנגעפֿלאַנצט אינעם קינד אַ נײַגער צו פּאָליטיק און אַ קלאָרן פֿאַרשטאַנד דערפֿון.

„איך בין אין גאַנצן נישט געווען איבערראַשט ווען שבת האָט מיר דערציילט זײַן פּלאַן צו קאַנדידירן,‟ זאָגט זײַן מאַמע, הדסה קעסטענבוים. „ער איז אַן אומגעוויינטלעכער יונגערמאַן, לײַדנשאַפֿטלעך און עלאָקווענט.‟

שבת דינט איצט ווי איינער פון צוויי מיט־פּרעזידענטן פֿון זײַן מיטלשול, דער „סאַלאַנטער־עקיבֿא אַקאַדעמיע אין ריווערדייל‟, אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע טאָגשול גיכער באַקאַנט ווי „עס־איי־אַר‟. זײַן מיט־פּרעזידענטקע, סאָפֿי העכט, האַלט אַז ער איז גוט צוגעפּאַסט צו דער בירגער-מײַסטערשאַפֿט.

„אין אונדזער זומער־לאַגער, ווען מע פֿלעג זיך צונויפֿקומען אויף אַ באַרבעקיו, פֿלעג שבת נעמען זינגען העברעיִשע ניגונים און מיטרײַסן דעם גאַנצן עולם ביז אַלע האָבן לעבעדיק מיטגעזונגען,‟ האָט זי געזאָגט.

שבת העלפֿט אַ תּלמידה מיט אירע לעקציעס, אין דער עפֿנטלעכער שול „האָסטאָס מײַקראָ־סיטי‟, אין יאָנקערס, נ״י
Courtesy of Optimum Community
שבת העלפֿט אַ תּלמידה מיט אירע לעקציעס, אין דער עפֿנטלעכער שול „האָסטאָס מײַקראָ־סיטי‟, אין יאָנקערס, נ״י

העכט און קעסטענבוים לערנען זיך אינעם זעלבן אַוואַנסירטן קלאַס פֿון אַמעריקאַנער געשיכטע, קען זי אויך עדות זאָגן וועגן זײַן מבֿינות אין אַמעריקאַנער פּאָליטיק אין געשיכטע. „יעדעס מאָל וואָס אונדזער לערער שטעלט דעם קלאַס אַ פֿראַגע, רוימט שבת מיר אײַן דעם ענטפֿער אין אויער,‟ האָט העכט צוגעגעבן.

קעסטענבוים האַלט אַז זײַן באַציִונג צו ייִדישקייט האָט געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין זײַן איצטיקן דרך. אין דער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע סבֿיבֿה וווּ מע לערנט און חזרט איבער די פּסוקים און הלכות וועגן גערעכטיקייט, האָט ער שוין לאַנג געוואָלט אַקטיוו קעמפֿן פֿאַר אַ בעסערער און אַ שענערער וועלט.

מיט צוויי יאָר צוריק האָט ער צום ערשטן מאָל זיך באַקענט מיט דער פּאָליטישער וועלט; ער האָט געמאַכט אַ סטאַזש בײַ עליאָט ענגעל, אַ ניו־יאָרקער קאָנגרעסמאַן אין דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי.

„אַרבעטנדיק אין ענגעלס ביוראָ האָב איך דערזען צום ערשטן מאָל ווי די רעגירונג ווירקט אויפֿן פֿאָלק און ווי דאָס פֿאָלק ווירקט אויף דער רעגירונג,‟ האָט ער באַמערקט. אין אַ רעקאָמענדיר־בריוו פֿאַר קעסטענבוים, האָט ענגעל געשריבן: „אַז מען גיט אים איין מאָל צו פאַרשטיין עפּעס, דאַרף מען קיין צווייט מאָל נישט זאָגן. און אַז ס׳טרעפֿט אַז ער ווייסט עפּעס נישט, שעמט ער זיך נישט צו פֿרעגן אַ שאלה ּבײַ זײַנע מיטאַרבעטערס.‟

אַחוץ דעם סטאַזש בײַם קאָנגרעסמאַן, איז קעסטענבוים אויך אינספּירירט געוואָרן פֿון בערני סאַנדערס׳ נאָמיניר־קאַמפּאַניע אין 2016. „די קאַמפּאַניע האָט אונדז געוויזן דעם אידעאַליזם און די פּאָטענציעלע כּוחות פֿון די יונגע אַמעריקאַנער,‟ האָט ער געזאָגט.

פֿון דעסטוועגן האָט העכט זיך נישט געריכט אַז איר פֿרײַנד און קאָלעגע וועט טאַקע אַרײַן אין פּאָליטיק. ווען די תּלמידים אינעם צוועלפֿטן קלאַס האָבן געדאַרפֿט אויסקלײַבן אַן אייגענעם פּראָיעקט אין פֿאַרלויף פֿונעם פֿרילינג־זמן, האָבן העכט און קעסטענבוים געשמועסט וועגן זייערע באַזונדערע צילן. „איך האָב אים געזאָגט, אַז איך וויל שרײַבן אַ קאָכבוך, האָט ער מיר געענטפֿערט: ׳און איך וויל קאַנדידירן אויף בירגער-מײַסטער פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק׳,‟ האָט זי געזאָגט. „איך האָב נישט געוווּסט צי ער מיינט עס ערנסט, צי ער וויצלט זיך.‟

קעסטענבוים האָט אָבער טאַקע אָנגעקלונגען דעם ניו־יאָרקער שטימאַמט, געבעטן מע זאָל אים שיקן אַלע נייטיקע פּאַפּירן און אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן די קאַנדידאַטור.

קעסטענבוימס סטראַטעגיע איז צו אינספּירירן יונגע ווײלערס און אַנדערע וואָס האָבן זיך פֿריִער נישט פֿאַראינטערעסירט אין פּאָליטיק צו ווערן מער פּאָליטיש אַקטיוו. דאָס וואָס אַזאַ קליינער טייל אַמעריקאַנער שטימען אין די וואַלן, האַלט ער ווי אַ געלעגנהייט פאַר אַ פּאָליטישן איבערקער. לויט אים, קען מען אויסדערוויילט ווערן אויב מע פֿאַרהעכערט די צאָל ווײלערס אַפֿילו אין אַ קליינער מאָס.

שבת קעסטענבוים (צווייטער פֿון רעכטס) און זײַנע חבֿרים וואַרטן אַרײַנצוגיין צו דער פּרעמיערע פֿון „שטערן־מלחמות — דער זיבעטער עפּיזאָד‟, אוגוסט 2016
Courtesy of Paul Horowitz
שבת קעסטענבוים (צווייטער פֿון רעכטס) און זײַנע חבֿרים וואַרטן אַרײַנצוגיין צו דער פּרעמיערע פֿון „שטערן־מלחמות — דער זיבעטער עפּיזאָד‟, אוגוסט 2016

די צאָל ווײלערס אין די לעצטע מייאָר־וואַלן אין ניו־יאָרק האָבן טאַקע באַטראָפֿן נישט מער ווי 24% פון דער שטימענדיקער באַפֿעלקערונג, די סאַמע ווייניקסטע צאָל אין דער געשיכטע פֿון די ניו־יאָרקער מייאָר־וואַלן. אַז ער וועט קענען טאַקע אַרײַנציִען נײַע יונגע ווײלערס, איז נישט אויסגעשלאָסן אַז זײַן קאַנדידאַטור האָט אַ שאַנס, ספּעציעל ווען מע נעמט אין באַטראַכט די מוראדיק אומגעוויינטלעכע פּאָליטישע שטימונג וואָס הערשט הײַנט אין דער אַמעריקאַנער דעמאָקאַטישער סיסטעם.

פֿון דעסט וועגן איז די קאָנקורענץ אַ ממשותדיקע. דערווײַל האָבן בדעה צו קאַנדידירן עטלעכע געניטע פּאָליטיקער, בתוכם אַ שטאַט־סענאַטאָר [City Councilor]; אַ געוועזענער באָראָ־פּרעזידענט פֿון בראָנקס, און דער איצטיקער Comptroller, סקאָט סטרינגער. אַחוץ די פּאָליטיקער זענען אויך דאָ עטלעכע גבירים אדירים, אַ Private Investigator, און אפילו אַ געוועזענער פוטבאָל־שפּילער. נישט געקוקט אויף דעם פילט זיך שבת קעסטענבוים אָפּטימיסטיש וועגן זיין קאַמפּאַניע.

און אויב ער וועט נישט באַווײַזן צו באַזיגן דעבלאַזיאָ? קעסטענבוים זאָרגט זיך נישט.

„מע האָט מיך שוין אָנגענומען אין אַ ישיבֿה־פּראָגראַם אין ארץ־שׂראל אויף איבעראַיאָר,‟ דערציילט קעסטענבוים. „אָבער איך האָב זיי שוין אָנגעזאָגט אַז טאָמער איך ווער בירגער-מײַסטער פון ניו־יאָרק, וועל איך, צום באַדויערן, נישט קענען קומען אויף דער פּראָגראַם.‟