לכּבֿוד דעם דערשינען אין פּאַריז פֿון אַ פֿראַנצייזישער איבערזעצונג פֿון ח. אַ. יאַלטיס באַרימטן ראָמאַן טאַטע און זון האָט מען לעצטנס אַרויפֿגעגעשטעלט אויף „יוטוב‟ אַ פֿילמירטן אויסצוג פֿון אַן אינטערוויו, וואָס איציק גאָטעסמאַן האָט געמאַכט מיטן שרײַבער אין די 1980ער יאָרן, אין וועלכן ער רעדט וועגן דער ווערק.
חנון יאַלטי, אַ שרײַבער פֿון שפּאַנענדיקע דערצײלונגען, איז געווען דער פּסעוודאָנים פֿון חנון קלענבראָט (1910־1992), וועמענס לעבנס־געשיכטע זעט אַליין אויס ווי אַ פֿאַנטאַסטישע מעשׂה פֿאַר זיך. קלענבראָט איז געבוירן געוואָרן אין סאָפּאָטקין, גראָדנער גובערניע, און האָט צו 19 יאָר זיך באַזעצט אין ארץ־ישׂראל, וווּ זײַן ערשט בוך איז אַרויס אויף העברעיִש.
דאָס לעבן אינעם הייליקן לאַנד איז אים ניט געפֿעלן געוואָרן און ער איז צוריקגעפֿאָרן קיין אייראָפּע און זיך באַזעצט אין פּאַריז, וווּ ער האָט געאַרבעט ווי אַ זשורנאַליסט פֿאַר אַ ריי ייִדישע צײַטונגען. פֿון 1936־1939, בעשתן שפּאַנישן בירגער־קריג, האָט ער עטלעכע מאָל געדינט ווי אַ מלחמה־קאָרעספּאָנדענט אין מאַדריד און באַרצעלאָנאַ פֿאַר דער פּאַריזער ייִדישער צײַטונג „אונדזער וואָרט‟. ער איז צוריקגעפֿאָרן קיין פֿראַנקרײַך, וווּ מע האָט אים באַלד פֿאַרשיקט אין אַ קאָנצענטראַציע־לאַגער. נאָך דעם וואָס עס איז אים געלונגען צו אַנטלויפֿן פֿונעם לאַגער איז אים אויך געלונגען אין 1942, אין פֿולן ברען פֿון דער מלחמה, אַריבערצופֿאָרן דעם אַטלאַנטישן אָקעאַן און זיך צו באַזעצן אין אורוגווײַ. דאָרטן האָט ער געשאַפֿן אַ העברעיִש־שפּאַניש ווערטערבוך, געלערנט ייִדיש און געשריבן פֿאַר דער אָרטיקער ייִדישער צײַטונג „פֿאָלקסבלאַט‟. אַחוץ זײַנע דערציילונגען, וואָס זענען דערשינען אין המשכים אין מאָנטעווידעאָ, האָט ער צו דער זעלביקער צײַט אַרויסגעגעבן אין אַרגענטינע אַ פּאָר ראָמאַנען אין בוכפֿאָרעם. נאָכן באַזעצן זיך אין ניו־יאָרק אין 1946 איז ער געוואָרן אַן אָפֿטער שרײַבער פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟, ווי אויך דער רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל „ייִדישער קעמפֿער‟.
זײַן ראָמאַן „טאַטע און זון‟, וואָס ער האָט אָנגעשריבן אין 1939, דערציילט וועגן די באַציִונגען צווישן ייִדן און פֿראַנצויזן אין פּאַריז און צווישן פּוילישע ייִדישע אימיגראַנטן און זייערע אַסימילירטע פֿראַנצייזישע קינדער ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה. געדרוקט האָט מען עס אָבער ערשט אין מאָנטעווידעאָ אין 1943. דאָס בוך איז שטאַרק געלויבט געוואָרן און האָט באַקומען דעם „למ׳׳ד־פּריז‟, דעמאָלט באַקאַנט ווי דער „ייִדישער נאָבל־פּריז‟, און איז אינסצענירט געוואָרן ווי אַ פּיעסע אין בוענאָס־אײַרעס. מע האָט אין דער אַרגענטינער הויפּטשטאָט אויך אַרויסגעלאָזט דאָס בוך אויף שפּאַניש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.