נישט לאַנג צוריק בין איך אָנגעקומען אין אַ קלײן גן־עדן־װינקל אין אַ דאָרף אין מערבֿ פּענסילװאַניע — אַ שטיקל װאַלד, אַ שפּרודלדיק טײַכל, מאַניקירטע פֿעלדער און שײנע הילצערנע בנינים אויפֿן שניט פֿון אַ זומער־לאַגער.
אין און אַרום דעם גרעסטן בנין האָט מען געהאַט אױסגעשטעלט אַלץ װאָס אַ קלײן קינד קאָן זיך גלוסטן — געניאַל אױסגעאַרבעטע טישלעך פֿאַר זאַמד־ און װאַסער־שפּילן; אַ קלײנע שפּילקיך; פֿון אונטן באַלויכטענע טישן און שפּילװאַרג. עס זענען אויך געשטאַנען צענדליקער פֿאַרביקע קינדערביכלעך, קונסט־ און מאָלערײַ־מאַטעריאַלן, און װוּ דאָס אױג זאָל נאָר אַ קוק טאָן — מילגרױמען.
דער מילגרױם מיט זײַנע טױזנטער קערעלעך איז דער סימבאָל פֿונעם „פּאַראַדימע־פּראָיעקט‟, די המצאה פֿונעם שאַפֿערישן פּעדאַגאָג אנאַ האַרטמאַן װאָס שטרעבט, מיט אירע מיטאַרבעטערס, צו „בײַטן די פּאַראַדיגמע‟ אין דער דערציִונג פֿון יונגע קינדער.
דער ציל, אין תּוך אַרײַן, איז אָפּצושטעלן דעם שווערן אַקאַדעמישן דרוק אויף יונגע קינדער זיך צו לערנען לייענען און שרײַבן, און גיכער שאַפֿן אַ פּעדאַגאָגיק אויפֿן סמך פֿון דער פֿילאָסאָפֿיע אַז „בײַ קינדער איז דאָס שפּילן די בעסטע אַרבעט‟; מיט אַנדערע ווערטער, מע לערנט זיך אויס גיכער און טיפֿער פֿון שפּילן אײדער פֿון אַנדערע לערן־מיטלען.
דער אָ דערציִערישער צוגאַנג ציט הײַנט צו ענטוזיִאַסטן סײַ פֿון די סאַמע ליבעראַלע שטראָמען פֿון ייִדישקײט סײַ פֿון די ליובאַװיטשער חסידים, װאָס האַלטן שטאַרק פֿונעם פּסוק אין משלי: „חנוך לנער על פּי דרכו (לערן יעדן קינד אויף זײַן אייגענעם שטייגער). האַרטמאַן האָט מיך פֿאַרבעטן אױף דער דריטער יערלעכער קאָנפֿערענץ צוליב מײַן פֿאָרשאַרבעט װעגן דער ייִדיש־שפּראַכיקער קינדער־ליטעראַטור. אַזױ געפֿין איך זיך אױף אַ פּאָר טעג אין אַן עכטן װוּנדערלאַנד פֿאַר קינדער, מיט עפּעס אַ צװײ הונדערט דערציִערס פֿון אַ ברײטן השקפֿה־ספּעקטער פֿון דער אַמעריקאַנער־ייִדישער װעלט.
די טעמע פֿון דער הײַאָריקער קאָנפֿערענץ איז געװען „אומגעצאַמט שפּילערײַ‟ (Messing Around, בלע״ז) — אַ טעאָריע פֿונעם פּעדאַגאָג דוד האָקינס װעגן דער וויכטיקייט פֿון לאָזן קינדער ניצן זייער נאַטירלעכע שעפֿערישקייט כּדי זיך צו לערנען וועגן דער וועלט, דורך גיבן זיי פּשוטע נאַטירלעכע אָביעקטן (loose parts בלע״ז) וואָס זיי קענען מאַניפּולירן, בײַטן, פֿונאַנדערנעמען און צוריק צונויפֿשטעלן.
איך בין געקומען אין דער װעלט פֿון קינדער־פּעדאַגאָגיע בלויז װי אַ גאַסט, אָבער פֿאָרט אַ נײַגעריקער און באַגײַסטערטער. ס׳איז מיר געפֿעלן געוואָרן וואָס מײַן ערשטער רעפֿעראַט איז געװען צוזאַמען מיט אַ לאַנג־יאָריקער פּעדאַגאָגיק־פּראָפֿעסאָרשע, דיִאַנע קאַשין פֿון טאָראָנטע. זי האָט גערעדט װעגן װאַלד־דערציִונג און װיפֿל קינדער קענען זיך לערנען פֿון שפּילן זיך אין דרױסן. פּשוטע טעכניקן קענען ברענגען גרױסע רעזולטאַטן. למשל, מע קען אױסקלײַבן אַ „זיצאָרט‟ אין װאַלד, װוּ די סבֿיבֿה בײַט זיך כּסדר פֿון איין סעזאָן צום צווייטן, און קומען אַהין פֿון צײַט צו צײַט, זיצן רויִק, אָבסערווירן דעם אַרום, צייכענען אַ בילד אָדער זיך סתּם צוהערן צו די וואַלדקלאַנגען. אַזעלכע אַקטיװיטעטן קולטיװירן בײַ קינדער — און אויך בײַ דערוואַקסענע — די פֿעיִקײטן זיך צו לערנען וועגן דער וועלט.
נאָך קאַשינס רעפֿעראַט, און אַוודאי דורך „געניטונגען‟ (ווײַל ווי קען אַנדערש זײַן מיט אַ לערערין?) אין װאַלד, וווּ מיר האָבן אַליין אויסגעקליבן פּשוטע אָביעקטן און געמאַכט פֿון זײ אונדזער אייגן װעלטל, האָב איך דערציילט דער גרופּע װעגן קאַדיע מאָלאָדאָװסקיס (1894־1975) חדר־מעשׂיות אין איר זאַמלונג פֿאַר קינדער, „מאַרצעפּאַנעס‟ (1970). מיר האָבן פֿאָקוסירט אויף דער דערציילונג „זעליג דער גראַמענמאַכער‟, װעגן אַ גרופּע פֿרײַנד פֿון חדר װאָס פּרוּװן, לױט זעליגס עצה, צו טרעפֿן אליהו הנבֿיא במשך פֿון דער אײנציקער נאַכט פֿון יאָר װען ער „פֿאָרט איבערן הימל אין אַ װאָגן מיט פֿיר שטערנרעדער‟, כּדי צו זען פֿאַר זיך אַליין, צי די קינדערלעך זאָגן קריאת־שמע מיט כּװנה בײַם שלאָפֿן גײן. די קינדער אין דער מעשׂה לויפֿן אַרום פֿראַנק־און־פֿרײַ, אַפֿילו אױף דער נאַכט. זיי האָבן פֿליסיקע, צום טייל קאָמפּליצירטע פֿאַרבינדונגען מיט דער נאַטירלעכער װעלט. איך האָב מיט די אַנדערע דערציִער אין עולם אַרומגערעדט װי אַזוי די איבערלעבונג פֿון יענע חדר־ייִנגלעך מיט דער נאַטור איז אַנדערש פֿון דער דערפֿאַרונג פֿון הײַנטיקע אַמעריקאַנער קינדער און ווי אַזוי מאָלאָדאָװסקיס װידער אױפֿגעלעבטע סבֿיבֿה אין מיזרח־אײראָפּע קאָן צו נוץ קומען דער הײַנטיקער קינדער־דערציִונג.
מאָלאָדאָװסקיס דערציילונג איז אײנע פֿון צענדליקער װאָס איך האָב איבערגעזעצט אױף ענגליש אַרײַנצונעמען אין אַ צוקונפֿטדיקער אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישע קינדער־מעשׂיות און לידער (//forward.com/culture/books/332197/scholars-are-finally-tackling-yiddish-childrens-literature/). בײַם לערנען די ייִדישע טעקסטן פֿון דער קינדער־ליטעראַטור איז מיר אינטערעסאַנט צו זען דעם טיפֿן רושם וואָס זיי מאַכן אױפֿן עולם. די קינדערגאָרטן־לערערינס האָבן מיך אַפֿילו געבעטן אַז איך זאָל לײענען די מעשׂה אויף ייִדיש, כאָטש זײ פֿאַרשטײען נישט מער װי אַ פּאָר ווערטער.
פֿאַרן גאַנצן עולם אויף דער קאָנפֿערענץ, האָב איך דערנאָך איבערגעגעבן אַ רעפֿעראַט װעגן אַ באַליבטער פֿיגור אין דער ייִדישער ליטעראַטור, װאָס איז אַליין געװען אַ פּעדאַגאָג, כאָטש זײַנע באַרימטסטע ווערק האָט ער נישט געשאַפֿן פֿאַר קינדער. דאָס איז געווען אליעזר שטײנבאַרג (1880־1932), װאָס האָט געשריבן 150 גראַמענדיקע משלים, וווּ די העלדן זענען חיות און אומבאַלעבטע חפֿצים, װאָס רעדן צװישן זיך. כאָטש די משלים זײַנען פֿאָלקסטימלעך און צוטריטלעך, זײַנען זײ אױכעט סאָפֿיסטיצירטע פֿאָרמולירונגען פֿון אַ װעלטבאַנעם אין וועלכן ליכט און שאָטן שפּילן אַ וויכטיקע ראָלע.
לױט מײַן השערה, איז די הױפּטטעמע פֿון שטײנבאַרגס װערק דאָס מאַכט־געראַנגל צווישן מענטשן, ווי עס ווערט אויסגעדריקט דורך זייער דיאַלאָג. דערפֿאַר און בהסכּם מיט דער קאָנפֿערענץ, האָט מײַן רעפֿעראַט געהײסן „די נישט־אויסגעהאַלטנקייט פֿון רעדן מיט אַנדערע‟ The Messiness of Speaking With Others). איך האָב שוין פֿריִער געהאַט אָפּגעהאַלטן אַ סך לעקציעס װעגן שטײנבאַרגס לידער אָבער דאָס מאָל איז מיר געװען אַ שטיקל רעװעלאַציע צוליב צװײ סיבות.
ערשטנס, װען איך האָב געבעטן דעם עולם איבערצולייענען די טעקסטן אין חבֿרותות (װי איך טו אַלע מאָל), האָבן זײ דערנאָך אַליין גענוצט קונסט־מאַטעריאַלן צו שאַפֿן בילדער און פֿיגורן אינספּירירט פֿון די פּערסאָנאַזשן אין די משלים (אַ חלף, אַ זעג, צװײ רױזן, אאַז”װ). צװײטנס, איז דאָס געװען דאָס ערשטע מאָל װאָס איך לערן דורך גראַפֿישע מיטלען (graphic facilitation). בשעת איך האָב גערעדט צום עולם האָט אַ טאַלאַנטירטע קינסטלערין, מאַרשאַ דאָן, אילוסטרירט מײַנע הױפּט־אידעען, כּדי די „וויזועלע תּלמידים‟ (די מענטשן, וואָס לערנען זיך בעסער דורכן זען איידער דורך הערן אַ לעקציע) זאָלן אויך האָבן אַ געלעגנהייט גוט צו באַנעמען דעם ענין. דער רעזולטאַט? ס׳איז געוואָרן דערפֿון אַ גרױסע ברעט, די גרײס פֿון אַ קלײנעם אױטאָ, מיט שײנע אימאַזשן און פֿראַזעס װאָס שפּיגלען אָפּ מײַנע װערטער און שטײנבאַרגס בילדער.
נאָך װעטשערע האָב איך געלײענט מיט אַ קלײנער גרופּע צװײ קינדער־מעשׂיות װעגן היטן שבת — אָבער מעשׂיות געשריבן גראַדע פֿון סאָציאַליסטן! מיר האָבן אַרומגערעדט דעם באַנוץ פֿון פֿאָלק־מאַטעריאַלן (אַזױ װי „דאָס מעשׂה־בוך‟ פֿון 1602) און חסידישע װוּנדער־מעשׂיות. מיר האָבן אַנאַליזירט די װערט פֿון היטן שבת בײַ אַ פֿאַרברענטן סאָציאַליסט, פּשוט ווײַל דאָס איז געווען די איינציקע צײַט וואָס געהערט בלויז צום אַרבעטער און זײַן משפּחה, און נישט צו זײַן באַלעבאָס.
צום סוף האָט מען אויסגעטרונקען אַ מאָהיטאָ (די לערערינס קענען גוט פֿאַרברענגען!); באַוווּנדערט די מילגרױם־קערעלעך איבערן ליכטטיש אין דער פּענסילװייניער פֿינצטערניש, און צום סוף, זענען אַלע אַוועק אין די הילצערנע בײַדלעך זיך לייגן שלאָפֿן, כּדי זיך צוצוגרײטן אויף נאָך אַ טאָג פֿון אומגעצאַמטן שפּילערײַ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.