דער באַרימטער מאָלער שמואל באַק, וואָס האָט זיך קונה־שם געווען מיט זײַנע קונסטווערק ווי אַ ייִנגל אין דער ווילנער געטאָ, און וואָס איז שפּעטער געוואָרן אפֿשר דער באַרימטסטער מאָלער פֿון ווערק וועגן דעם חורבן, איז לעצטנס אָנערקענט געוואָרן ווי אַן ערן־בירגער פֿון זײַן געבוירן־שטאָט.
לויט אַ באַריכט אויף דער וועבזײַט פֿון דער ווילנער ייִדישער קהילה איז באַק בלויז דער 15טער ערן־בירגער אין דער געשיכטע פֿון דער ווילנער הויפּטשטאָט. נאָמינירט האָט אים דער אָרטיקער ייִדישער מוזיי אויפֿן נאָמען פֿון דעם ווילנער גאון. צווישן די אַנדערע ערן־בירגער פֿון ווילנע געפֿינט מען אַזעלכע באַרימטע פּערזענלעכקייטן ווי דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט ראָנאַלד רייגען, דער געוועזענער ישׂראלדיקער מיניסטער שמעון פּרס און דער באַרימטער פּוילישער פּאָעט טשעסלאַוו מילאָש.
באַק איז געווען בלויז 9 יאָר אַלט ווען מע האָט אים, צוזאַמען מיט זײַנע עלטערן, פֿאַרשפּאַרט אין דער ווילנער געטאָ. אַ ריי קינסטלער און שרײַבער, בראָש מיט אַבֿרהם סוצקעווער און שמערקע קאַטשערגינסקי, האָבן אין גיכן זיך דערוווּסט וועגן זײַן געוואַלדיקן טאַלאַנט און מע האָט פֿאַר אים אָרגאַניזירט אַן אויסשטעלונג אין 1942. ער, בײַנאַנד מיטן קאָמפּאָזיטאָר אַלכּסנדר וואָלקאָווסקי (הײַנט תּמיר), וואָס האָט צו 11 יאָר קאָמפּאָנירט די מוזיק צו קאַטשערגינסקיס „שטילער שטילער לאָמיר שווײַגן‟, זענען געווען באַקאַנט ווי די „וווּנדערקינדער פֿון דער ווילנער געטאָ‟. אַזוי ווי וואָלקאָווסקי האָט שמאול באַק זיך באַזעצט אין ישׂראל אָבער ער איז שפּעטער אַוועקגעפֿאָרן קיין פֿראַנקרײַך. זינט 1993 וווינט ער אין וועסטאָן, מאַסאַטשוסעטס, לעבן באָסטאָן.
שמואל באַק האָט פֿאַרלאָזט ווילנע צום לעצטן מאָל אין 1944 און איז ניט צוריקגעפֿאָרן ביז 2001. זינט דעמאָלט האָט ער עטלעכע מאָל באַזוכט זײַן געבוירן־שטאָט, אַרײַנגערעכנט אין 2011, ווען מע האָט דאָרטן געמאַכט אַ ריזיקע אויסשטעלונג פֿון זײַנע מאָלערײַען.
כּדי זיך צו דערוויסן מער וועגן זײַן לעבן און שאַפֿן, זעט אַן אינטערוויו מיט אים אויף ייִדיש וואָס קריסטאַ וויטני פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ האָט געמאַכט אין 2014: https://archive.org/details/SamuelBak3Dec2014YiddishBookCenter
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.