דער ייִדישער קריטיקער י. י. טרונק האָט געהאַלטן, אַז די ייִדישע פֿאָלקס־נשמה באַשטײט פֿון צװײ העלפֿטן. אײן העלפֿט איז פֿאַרקערפּערט אין דער געשטאַלט פֿון טבֿיה דער מילכיקער, די צװײטע — אין מנחם־מענדל.
די צווייטע העלפֿט קען מען איצט בפֿירוש זען אױפֿן עקראַן אינעם פֿילם „נאָרמאַן: דער באַשײדענער אויפֿקום און טראַגישע מפּלה פֿון אַ ניו־יאָרקער מאַכער“ פֿונעם אַמעריקאַנער־ישׂראלדיקן רעזשיסער יוסף סעדאַר. דער הױפּט־העלד, נאָרמאַן אָפּענהײמער, געשפּילט דורך ריטשאַרד גיר, איז אַ ניו־יאָרקער „פֿיקסער“, אַ גילגול פֿון מנחם־מענדל אינעם אײן־און־צװאַנציקסטן יאָרהונדערט. ער איז אַן עכטער לופֿטמענטש, װאָס האָט ניט קײן װױנאָרט, עסט כּמעט גאָר נישט, און איז תּמיד פֿאַרטאָן אין זוכן געשעפֿטן. דערבײַ איז ניט קלאָר, װאָס פֿאַר אַ פּראָפֿיט איז דערין פֿאַר אים אַלײן. נאָרמאַן איז אַ מעקלער לשמה, אַן אײביקער ייִדישער טיפּ, אָדער פּינקטלעכער — אַ סטערעאָטיפּ.
מיט װאָס האַנדלט דער הײַנטיקער מנחם־מענדל אין ניו־יאָרק? אַװדאי מיט ישׂראל! אַמעריקע בכּלל און אַמעריקאַנער ייִדן בפֿרט פֿירן אַ סך געשעפֿטן מיט מדינת־ישׂראל, און עס איז תּמיד פֿאַראַן אַ געלעגנהײט פֿאַר אַ געניטן מעקלער צו כאַפּן אַ מציאה, צונױפֿשדכנען אַ פּאָר פֿאַראינטערעסירטע קליִענטן. אָבער װי עס פּאַסט פֿאַר אַ ריכטיקן מנחם־מענדל, איז נאָרמאַן אַ שרעקלעכער לא־יוצלח. ער דרײט זיך כּסדר אַרום גבֿירים און פּאָליטיקער, זוכנדיק מיט אַ ליכט עפּעס אַ געשעפֿט, אָבער קײנער װיל ניט האָבן צו טאָן מיט אים — ביז אײן טאָג שפּילט אים צו דאָס מזל.
לכתּחילה זעט עס אויס װי נאָך אַ דורכפֿאַל, אָבער על־פּי־נס, אין עטלעכע יאָר אַרום, װערט זײַן „אינװעסטיציע“ באַלױנט מיט פּראָצענט. דער פֿילם לאָזט אַרױס געװיסע פּרטים און היפּט איבער פֿון אײן טײל צום צווייטן, אָבער בהדרגהדיק װערט די גאַנצע מעשׂה קלאָר. די לאָגיק פֿון מנחם־מענדלס סיפּור־המעשׂה שוועבט דורך זיסע חלומות צו דעם לעצטגילטיקן, ביטערן סוף. כאָטש מע קען זען נאָרמאַנס מפּלה ווי אַ מין גאולה, איז עס, אין תּוך אַרײַן, ניט מער װי אַ חלום.
„נאָרמאַן“ איז אַ בשותּפֿותדיקע אַמעריקאַנער־ישׂראלדיקע פּראָדוקציע, און יעדער צד האָט בײַגעטראָגן אַן אײגענעם טעם. די ישׂראלים זײַנען חוצפּהדיק, גרעבלעך, אָבער דערבײַ אַ ביסל אומזיכער בײַ זיך. די אַמעריקאַנער זײַנען גרױסהאַלטעריש, אָבער דערבײַ אַ ביסל חניפֿהדיק צו די ישׂראלים. די הױפּטהעלדן, געשפּילט דורך גיר און ליאור אשכּנזי, שילדערן זייער גוט די דאָזיקע טיפּן. גיר, װאָס איז ניט קײן ייִד, האָט גלענצנדיק נאָכגעמאַכט אַ היפּשע צאָל סטיליסטישע שטיק פֿון װוּדי אַלען, דאָס „פּינטעלע ייִד“ פֿון דער מאָדערנער אַמעריקאַנער קולטור. גיר און אשכּנזי זײַנען אַרומגערינגלט מיט אַן ערשט־ראַנגיקן אַקטיאָרישן אַנסאַמבל. יעדער עפּיזאָד ווערט קלוג און פּינקטלעך רעזשיסירט און אויפֿגעפֿירט, אַ מחיה צו קוקן.
ישׂראל האָט שױן לאַנג אױפֿגעבױט אַ סאָלידע פֿילם־אינדוסטריע, װאָס ברענגט צונױף פֿאַרשידענע קולטורעלע שיטות. אײניקע פֿילמען זײַנען פּאָליטיש אַנגאַזשירט און באַהאַנדלען די הײסע ענינים װי דער קאָנפֿליקט מיט די אַראַבער, דעם מצבֿ פֿון האָמאָסעקסואַלן, און צומאָל בײדע אין אײנעם. אַזעלכע פֿילמען פּאַסן גוט פֿאַר קריטיקער און פּראָפֿעסאָרן, װאָס קאָנען זײ באַנוצן אין זײערע לעקציעס, אָבער צו מאָל זײַנען זײ אַ ביסל נודנע צו קוקן — װי די אַלטע סאָװעטישע פֿילמען.
אַן אַנדער מין פֿילם װערט געמאַכט לױטן מאָדערנעם פֿראַנצױזישן שניט, מיט עקספּערימענטאַלער טעכניק און טיפֿזיניקן תּוך. „נאָרמאַן“ געהערט צו דעם דריטן, געמישטן ישׂראלדיק־אַמעריקאַנער סטיל, װאָס מען קאָן אָנרופֿן, אָן קײן שהיות, טאַקע אַ „ייִדישער“. דער עצם ייִדישקײט קומט דאָ אַרויס פֿונעם איראָנישן דיאַלאָג צװישן צװײ פֿאַרשידענע עדות, די ישׂראלים און די אַמעריקאַנער. זײ נײטיקן זיך אײנע אין דער צווייטער װי טבֿיה און מנחם־מענדל. אװדאי זײַנען די הײַנטיקע ישׂראלים גאַנץ װײַט פֿון דעם מין טבֿיה װאָס מען קען פֿון ”פֿידלער אויפֿן דאַך“. אָבער זײ פֿאַרמאָגן אַן אַנדער שטריך פֿון אָט דעם ייִדישן אַרכעטיפּ: די אײַנגעװאָרצלטקײט אין דעם באָדן.
„נאָרמאַן“ איז אַן עלעגאַנטע, שאַרפֿזיניקע און װיציקע ייִדישע קאָמעדיע, אָבער דערצו איז דאָס אויך אַ משל מיט אַן ערנסטן און ביטערן נמשל. די גלות־ייִדישקײט, פֿאַרקערפּערט אינעם שלימזל נאָרמאַן, מוז זיך מוסר־נפֿש זײַן פֿאַרן גליק פֿון דער ייִדישער מדינה און אירע שטיצער. נאָרמאַן איז דער אײנציקער „מענטשלעכער“ טיפּ דאָ, אַן אידעאַליסט צװישן די פּראַגמאַטישע און גיריקע הײַנטצײַטיקע אַמעריקאַנער און ישׂראלים. ער געהערט צו אַן אַנדער תּקופֿה, און האָט ניט קײן קיום אין דער הײַנטיקער װעלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.