מאָנטרעאָלער פּראָגראַם לזכר קינדער־פּאָעטעסע אײַדאַ מאַזע

Montreal Event in Memory of Children's Poet Ida Maze

אירווינג מאַזע
YouTube
אירווינג מאַזע

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 28, 2017, issue of May 26, 2017.

אין יוני וועט די „ייִדישע פֿאָלקס־ביבליאָטעק פֿון מאָנטרעאָל‟ אײַנאָרדענען אַ ספּעציעלע פּראָגראַם לזכר דער ייִדישער פּאָעטעסע אײַדאַ מאַזע (1893־1962), וואָס איז געווען ניט בלויז אַ פּאָפּולערע פּאָעטעסע פֿאַר קינדער, נאָר אויך אַ זײַל פֿון דער אָרטיקער קהילה.

כאָטש אײַדאַ מאַזע איז ניט די סאַמע באַרימטסטע ייִדישע שרײַבערין וואָס האָט געוווינט אין מאָנטרעאָל, איז זי בײַ די מאָנטרעאָלער ייִדישע שרײַבער אַליין געווען אפֿשר די באַליבטסטע. צווישן די 1920ער ביז די סוף 1950ער יאָרן האָט איר דירה געדינט סײַ ווי אַ ליטעראַרישער סאַלאָן פֿאַר גאַנץ ייִדיש־מאָנטרעאָל, סײַ ווי אויך אַ מקום־מקלט פֿאַר געסט פֿון איבער דער גאָרער וועלט. אַחוץ דעם וואָס מאַזע האָט דערצויגן אירע אייגענע קינדער אין איר דירה, האָט זי געהאָלפֿן הונדערטער שרײַבער, קינסטלער, און אַקטיאָרן, וואָס האָבן זיך גענייטיקט אין געלט, דערמוטיקונג, עצות, אָדער אַפֿילו אַ דאַך איבערן קאָפּ. אַ סך מענטשן האָבן איר דערפֿאַר אָנגערופֿן די den mother (נאָרע־מאַמע) פֿון די מאָנטרעאָלער ייִדישע שרײַבער, אַ טערמין אויף ענגליש וואָס באַצייכנט אַ פֿרוי, וואָס היט אויף און באַשיצט אַ גרופּע חבֿרים אָדער קאָלעגעס.

אין 2015 האָט קריסטאַ וויטני, די דירעקטאָרשע פֿון דער „פּראָגראַם פֿון געשיכטע בעל־פּה אויפֿן נאָמען פֿון דער משפּחה וועקסלער‟ בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס, געשאַפֿן אַ דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן מאַזע מיטן נאָמען Ida Maze: The Den Mother of Yiddish Montreal. דער פֿילם וועבט צונויף רעקאָרדירונגען פֿון אַן אָוונט לכּבֿוד דער פּאָעטעסע, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין 1956 בײַ דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאָל‟ מיט אַן אינטערוויו וואָס קריסטאַ האָט געמאַכט מיט מאַזעס זון אירווינג מאַזע אין 2013.

אויף דער פּראָגראַם בײַ דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאָל‟ וועלן קריסטאַ וויטני און אירווינג מאַזע רעדן וועגן דעם פֿילם און אירווינג מאַזע וועט רעדן וועגן זײַנע זכרונות פֿון דער פּאָעטעסע, ווי אויך פֿאָרלייענען פֿון אירע ווערק. אין דער מוזיקאַלישער טייל פֿון פּראָגראַם וועט דער קאָמפּאָזיטאָר הענרי אָפּענהיים שפּילן אַ ריי לידער, וואָס ער האָט געשאַפֿן צו באַגלייטן אײַדאַ מאַזעס פּאָעזיע.

די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 11טן יוני, 2 אַזייגער נאָכמיטאָג בײַ דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק פֿון מאָנטרעאָל‟. בילעטן — $7 פֿאַר מיטגלידער, 12$ פֿאַרן ברייטן עולם — קען מען באַשטעלן אויף //www.jewishpubliclibrary.org/en/events+programs++courses/purchase+tickets+online/.