ידיעות פֿון װאַרשע

News From Warsaw

פּראָפֿעסאָר חנא שמערוק
פּראָפֿעסאָר חנא שמערוק

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published May 30, 2017, issue of May 26, 2017.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

קאָנפֿערענץ װעגן ליטעראַטור־פֿאָרשער חנא שמערוק ע״ה

פּראָפֿעסאָר חנא שמערוק, דער גרויסער פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין צוואָנציקסטן יאָרהונדערט, איז געשטאָרבן אין וואַרשע דעם 8טן יולי, מיט צוואָנציק יאָר צוריק.

דער ייִדישער מוזיי אין וואַרשע „פּולין״ האָט אָפּגעהאַלטן אַ קאָנפֿערענץ אין זײַן אָנדענק.

צווישן די וואָס האָבן אָנטייל גענומען אין דער קאָנפֿערענץ זענען געווען אַ ריי ייִדיש פֿאָרשערס וואָס האָבן גערעדט וועגן ייִדישער ליטעראַטור בכלל און וועגן חנא שמערוקן בּפֿרט.

אַלינאַ צאַלאַ האָט גערעדט וועגן שמערוקס לעצטע יאָרן אין וואַרשע. מאַרעק טושעוויצקי האָט גערעדט וועגן ייִדישע און נישט־ייִדישע געשטאַלטן אין דער פּוילישער פֿאָלקסקולטור, פֿון אסתּרקע ביז דער באַבא־יאַגאַ. קאַראָלינאַ שימאַניאַק האָט גערעדט וועגן דער קאָרעספּאָנדענץ צווישן די פּוילישע אויטאָרין מאַריאַ קאָנאָפּניצקאַ און דעם פּוילישן ייִדישן שרײַבער יוסף אָפאַטאָשו.

איין סעסיע איז געווידמעט געוואָרן שמערוקן, דעם מענטשן. חוץ זיין פֿרוי קריסטינאַ און זייער זון וויקטאָר האָבן פֿארשיידענע מענטשן מיט וועלכע שמערוק האָט געהאַט אַ קאָנטאַקט אויף זײַן לעבנסוועג דערציילט וועגן שמערוקן, דעם מענטשן.

צווישן זיי איז געווען יוסף הען, דער גרויסער פּוילישער שרײַבער וואָס איז בלויז דרײַ יאָר ייִנגער פֿון שמערוקן און איז געווען אַ תּלמיד אין דער זעלבער ייִדישער גימנאַזיע אין פֿאַרמלחמהדיקער וואַרשע. דער 93־יאָריקער הען האָט דערציילט אַז צווישן זיינע טאַלאַנטן װי אַ תּלמיד איז ער געווען אַ באַגאַבטער פֿעלשער. ער האָט געקאָנט נאָכמאַכן די חתימה פֿונעם גימנאַזיע-דירעקטאָר אַזוי גוט אַז קיינער האָט נישט באַמערקט דעם אונטערשייד. ווען און צוליב וואָס האָט ער אין איינעם מיט די אַנדערע תּלמידים גענוצט דעם דאָזיקן טאַלאַנט, האָט ער אָבער נישט דערציילט.


אױפֿן ייִדישן קינאָ־פֿעסטיװאַל — אַ פֿילם װעגן חזיר־פֿלייש אינדוסטריע אין ישׂראל

דער פֿרילינג איז דאָ און מיט אים דער ייִדישער קינאָ־פֿעסטיוואַל — „המוטיב היהודי״ (דער ייִדישער מאָטיוו).

איינער פון די טשיקאַווסטע פֿילמען אינעם פֿעסטיוואַל הײַ־יאָר איז חן שלחס (כען שעלאך) פֿילם „חזיר בארץ הקודש” דהיינו אַ חזיר אין הייליקן לאַנד.

שלח וווינט אין קיבוץ מזרע. פֿאַר ישׂראלים מיינט קיבוץ מזרע איין זאַך: דאָס האָדעווען פֿון חזירים. קיבוץ מזרע האָט אויך אַ פֿאַבריק פֿון חזיר־קאָלבאַסן און עטלעכע יאַטקעס אין די גרויסע ישׂראלדיקע שטעט.

אין ישראל זענען פֿון תמיד אָן געװען חזיר־עסערס. מיט דער גרויסער רוסישער עליה איז געוואַלדיק געשטיגן די צאָל קאָנסומענטן פֿון חזיר־פֿלייש. היות וואָס קיין קאָנקורענץ אויף דעם געביט איז כּמעט נישטאָ מאַכט קיבוץ מזרע שיינע פּראָפֿיטן. צוזעצלעכע הוצאות אויף כּשרות, משגיחים וכדומה האָט ער קיין מאָל נישט געהאַט.

אָבער, פֿאַרשטייט זיך, אַז דער ענין חזיר־פֿלייש אין ישׂראל האָט צו טאָן נישט נאָר מיט סתּם פֿלייש. דאָ גייט אַ רייד וועגן דער סאַמער אידענטיטעט פֿון דער ייִדישער מדינה. די וועלטלעכע קיבוצניקעס וואָס זענען געווען די דעה־זאָגערס פון דער יונגער ייִדישער מדינה אין די פֿופֿציקער און זעכציקער יאָרן האַלטן אין איין פֿאַרלירן זייער אויטאָריטעט ווי די אָנפֿירערס פֿון דער יידישער מדינה. ישׂראל ווערט וואָס אַ מאָל מער קאָנסערוואַטיוו און טראָדיציאָנעל.

הייסט, עס אַז דער חזיר־ענין רופֿט אַרויס עטלעכע וואַזשנע פֿראַגעס. וואָס איז אַזוינס אַ וועלטלעכער ייִד? וואָס פֿאַר אַ מדינה איז ישׂראל און וואָס פֿאַראַ ראָלע דאַרף שפּילן די ייִדישע אמונה אין דער איינציקער ייִדישער מלוכה אויף דער וועלט?


אַ צװייטער פֿילם — װעגן בחור אין אוישװיץ װאָס האָט זיך געראַטעװעט דורך באָקס

אין אַ צווייטן טשיקאַווען פֿילם וואָס מען קען זען אויפֿן פֿעסטיוואַל איז נישטאָ קיין צווייפֿל וואָס איז אַזוינס אַ ייִדישע מלוכה. דער פֿילם הייסט אויף ענגליש BOX OR DIE. אויף העברעיִש: „אגרוף באוישוויץ” דהיינו באָקס אין אוישוויץ. דער העלד פֿונעם פֿילם איז דער עלטסטער אַקטיווער זשורנאַליסט אין ישׂראל, ויש אומרים, אויף דער גאַנצער וועלט — נח קליגער.

נח קליגער איז דעפּאָרטירט געוואָרן קיין אוישוויץ אין עלטער פון זעכצן יאָר. הײַנריך שוואַרץ, וואָס איז געווען דער קאָמאַנדאַנט פֿון אוישוויץ דרײַ, איז געווען אַ ליבהאָבער פֿון באָקס. האָט ער געזוכט באָקסערס פֿאר זײַן אונטערהאַלטונג. נח קליגער האָט זיך אָפּגעמאָלדן, כאָטש ער איז נישט געווען קיין באָקסער. די אַנדערע ייִדישע באָקסערס, צווישן זיי — אייראָפּע־מײַסטערס, האָבן אים דערלויבט ער זאָל זיי אַ ביסל שלאָגן כּדי די דײַטשן זאָלן נישט באַמערקן אַז ער איז נישט קיין באָקסער. קליגער דערציילט אַז קיין שום באָקסקאַמף האָט ער נישט געוווּנען אָבער אַ דאַנק באָקס האָט מען אים נישט פאַרגאַזט און אפֿילו בעסער דערנערט.

קליגער, וואָס וווינט און אַרבעט אין תּל־אָבֿיבֿ, איז אַ הייסער ציוניסט. פֿאַר אים איז די פֿראַגע וואָס ייִדן עסן מסתּמא נישט די הויפּטפּראָבלעם פֿון דער ייִדישער מדינה. אויף דער פֿראַגע וואָס דער גרויסער שלום־עליכם האָט אַמאָל געשטעלט אין זײַן עסיי — אויף וואָס בעדאַרפֿן ייִדן אַ מדינה, האָט קליגער אַ פּשוטן ענטפֿער: כּדי זיי זאָלן קענען זיך פֿאַרטיידיקן, װײַל אַנדערע, זאָגט ער, וועלן עס נישט טאָן.