מיר האָבן געוווינט בשכנות אין דער בראָנקס: חיים גראַדע אין די „אַמאַלגאַמייטעד הײַזער‟ לעבן וואַן קאָרטלאַנד פּאַרק, און מיר — אויף סעדזשוויק עוועניו, צוויי גאַסן אַוועק.
נישט איין מאָל האָב איך אים געזען, מאַרשירנדיק אויף אונדזער גאַס האָבנדיק אַ וויכּוח מיט זיך אַליין. זײַנע הענט האָבן אויסגעדריקט זײַן אומרו און קוקנדיק אויף אים פֿלעג איך באַוווּנדערן זײַן שטעל.
פֿון מיטלמעסיקן וווּקס, האָט חיים פֿאַרמאָגט אַ ריזיקן קאָפּ וואָס איז געזעסן אויף זײַנע אַקסל ווי אַ טײג אויף אַ לאָפּעטע גרײט אויף אַרײַנגערוקט צו ווערן אויף הײסע קוילן. מיט זײַן שטעל האָט ער געגעבן אָנצוהערן אַז ער פֿאַרמאָגט גאָרנישט קיין קאַרק, בלויז אַ קאָפּ וואָס פֿירט אים ווי אַן אויטאָמאָביל אויף רעדער. דערפֿאַר האָט ער שוין פֿאַרמאָגט אַ מויל מלאכה אויף שרויפֿן.
איך בין אַלעמאָל געגאַנגען אויף זײַנע רעפֿעראַטן מיט מײַן טאַטן און באַוווּנדערט דעם כּמעט טויזנט־קעפּיקן עולם, אַנטציקטע פֿון זײַן קענען צונויפֿפֿלעכטן ייִדישע קולטור־געשיכטע מיט הלכה, אַפּיקורסות מיט רבנישער חכמה, ניטשעס „גאָט איז טויט‟־אידעע מיט זײַן גאָט־בענקעניש, דעם חורבן, מיטן תּוהו־ובֿוהו נאָך פֿאַר גאָטס וועלטבאַשאַף.
האָט זיך אַזוי געמאַכט אַז מיר, אַ חבֿרה יונגע און מיטליעריקע ייִדישיסטן, האָבן זיך אַוועקגעזעצט לייענען זײַנע צוויי בענד „צמח אַטלאַס‟ מיט גרויס אימפּעט און התלהבֿות. ס׳איז געווען צירל וואַלעצקי, די מאָלערין; געלע פֿישמאַן, די ייִדיש־לערערין; מלכּה גאָטליב, די מוזיקערין; בלומע לעדערהענדלער, די לערערין אין שלום־עליכם שול 21, און איר מאַן משה לעדערהענדלער, אַ געוועזענער ליובאַוויטשער חסיד וועלכער האָט פֿאַר אונדז אויסגעטײַטשט דאָס רבנישע לשון, און איך בעצמי ובכבֿודי.
נאָכן פֿאַרענדיקן לייענען גראַדעס קונסטווערק „צמח אַטלאַס‟, האָב איך זיך אַוועקגעזעצט און אָנגעשריבן אַ בריוועלע צו חיים גראַדען און אים פֿאַרבעטן צו אונדז אַהיים צו דער פֿײַערונג פֿון פֿאַרענדיקן די צוויי שווערע בענד. חיים גראַדע האָט גלײַך געענטפֿערט:
ליבע פֿרײַנדין מרים האָפֿמאַן,
זונטיק, דעם 5טן מײַ, איז פֿאַר מיר אַ שווערלעכער טאָג, ווײַל איך דאַרף פֿאָרן אין שטאָט אויף אַן אַרויסטריט בײַ די קובאַנער ייִדן. דאָס איז מײַן ערשטער אַרויסטריט נאָך אַן איבעררײַס פֿון צוויי יאָר, מחמת מײַן קראַנקהײט. דאָך וועל איך זיך באַמיִען צוריקקומען אין צײַט (דער אַרויסטריט איז פֿאַרנאַכט) און זײַן בײַ אײַך צו אײַער צונויפֿקום. זײַט מיר מוחל וואָס איך האָב פֿריִער נישט געענטפֿערט, איך האָב זיך געפֿילט נישט צו גוט.
אײַער חיים גראַדע
מײַ 2, 1968
כ׳וועל אײַך אפֿשר נאָך אויך אָנקלינגען.
חיים גראַדע קומט אויפֿן לייענקרײַז
די זון איז שוין אונטערגעגאַנגען ווען חיים גראַדע האָט אָנגעקלונגען אין גלעקל. איך האָב געעפֿנט די טיר און ווי נאָר גראַדע האָט איבערגעטראָטן די שוועל איז די עלעקטריע אין הויז אויסגעגאַנגען און מיר זײַנען געבליבן זיצן פּריטשמעליעט אין דער פֿינצטער. ער איז אַריבער די שוועל, האָב איך אַ געשרײ געטאָן:
„מענדל! ס’איז מסתּמא אויסגעגאַנגען דער ׳פֿיוז׳ (עלעקטרישע פֿאַרבינדונג)! גיב אַ קוק אין ׳פֿיוז׳־קעסטל און מאַך עס צורעכט!׳‟ מאַכט מענדל: „וואָס איז אַ ׳פֿיוז׳ און ווו געפֿינט זיך עפּעס אַן עלעקריש קעסטל?‟
געוואַלד! וואָס טוט מען? בין איך שיעור נישט אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ בהלה. כ׳האָב אויף שנעל אויסגעזוכט מײַנע שבת־ליכט, זיי אָנגעצונדן און ס׳איז געוואָרן ליכטיק אין שטוב. חיים האָט געלאַכט, די געסט זײַנען געזעסן פֿאַרציטערטע. מיר האָבן גראַדען געגעבן דעם אויבן אָן און איך האָב סערווירט אַ מאָלצײַט. מיר האָבן זיך אַלע געפֿילט ווי געווינער צו האָבן צווישן אונדז אַזאַ חשובֿן גאַסט.
נאָך דער טרעפֿונג שרײַב איך אַוועק אַ דאַנק בריוועלע חיים גראַדען.
דעם 12־טן מײַ, 1968
טײַערער חיים גראַדע,
קודם אַ יישר־כּח פֿאַר אײַער אָנשטרענגונג צו קומען און זײַן אַזאַ טײַערער גאַסט בײַ אונדזער לייענקרײַז. מיר האָבן זייער אַ סך גענאָסן פֿון אײַך ווי אַ באַגײַסטערטער מענטש און שרײַבער. ווער נאָך וואָלט געקענט פֿאַר אונדז אַנטפּלעקן די סודות פֿון אײַער בוך?
מיר האָבן נאָך לאַנג געשמועסט וועגן דעם טיפֿן אײַנדרוק וואָס איר האָט אויף אונדז געמאַכט מיט אײַער דינאַמישער פּערזענלעכקייט, און מיר זײַנען שוין גרייט ווידעראַמאָל צו טרעפֿן זיך מיט אײַך. איר מוזט פֿאַרשטיין אַז פֿאַרן רובֿ ייִנגערע מענטשן איז די וועלט פֿון די מוסרניקעס לגמרי פֿרעמד, מיסטעריעז און פֿאַסצינירנדיק. דערפֿאַר זײַט איר געווען פֿאַר אונדז אַזאַ געווינס. זײַט זשע געזונט און שטאַרק און אַ שיינעם, האַרציקן דאַנק פֿאַרן קומען.
אין נאָמען פֿון דעם גאַנצן לייענקרײַז,
ווינטשן מיר אײַך אַ סך לאַנגע און שעפֿערישע יאָר,
מרים האָפֿמאַן
אין 1982 איז צו אונדזער צער חיים גראַדע ניפֿטר געוואָרן, אָבער דאָ הייבט זיך ערשט אָן די טראַגעדיע וואָס וואָלט געפּאַסט פֿאַר שעקספּירס „האַמלעט‟.
ווען דער דײַטש האָט געהאַלטן בײַם פֿאַרכאַפּן ליטע, איז חיים אַנטלאָפֿן קיין רוסלאַנד, איבערגעלאָזט זײַן אָרעמע מאַמע און זײַן פֿרוי פֿרומע ליבטשע. די מלחמה־יאָרן האָט ער אָפּגעשמאַכט אין טאַדזשיקיסטאַן און נאָך דער מלחמה, אויפֿן וועג צוריק קיין ווילנע, האָט ער זיך אַרײַנגעכאַפּט קײַן מאָסקווע.
אין מאָסקווע האָט ער זיך באַקענט מיטן „דיבוק‟, ווי די זשורנאַליסטקע פֿון „דזשויִש וויק‟, עלינאָר לעסטער, האָט געשילדערט גראַדעס צווייטע פֿרוי אינאַ העקער, אין איר אַרטיקעלע פֿון ערשטן מײַ, 1987.
אינאַ העקער, אַ יונג רוסיש מיידל, האָט אים פּאַצאַפּעט און נישט אָפּגעלאָזט. ער האָט זי מיטגענומען מיט זיך צוריקוועגס קײַן ווילנע נאָך איידער ער האָט געוווּסט דעם שרעקלעכן גורל פֿון זײַן מאַמען און זײַן ערשטער פֿרוי, האָט מיר איבערגעגעבן חיים גראַדעס לײַבלעכע קוזינע, גיטל כּהן, אין מיאַמי־ביטש אין 1980.
צי אינאַ איז געווען אַ ייִדישע איז געווען אַ מיסטעריע פֿאַר יעדן איינעם וואָס האָט זי געקענט. זי איז געווען אַ שווערער פּאַסאַזשיר מיט גרויסע השׂגות און קאָמאַנדעוועט מיט חיימס ווערק. נישט צוגעלאָזט קיין פֿרעמדע איבערזעצער אויב זי האָט נישט געהאַט אַ האַנט אין דעם. מ׳זאָגט אַז זי האָט אים געקאָסט די נאָבעל־פּרעמיע צוליב די קריגערײַען מיט די איבערזעצער, אַזוי אַז די איבערזעצונגען זײַנען נישט דערגאַנגען אין צײַט צו דער נאָבעל־אַקאַדעמיע אין שוועדן. און ווען יצחק באַשעוויס־זינגער האָט אין 1978 באַקומען די נאָבעל־פּרעמיע פֿלעגט אינאַ יעדעס יאָר אים זידלען און שנידלען אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟, אַז די פּרעמיע איז געקומען חיימען און נישט באַשעוויסן.
פֿון די זעכציקער יאָרן אָן איז אונדזער דאָקטער געווען יונה גאָטעסמאַן ע״ה, וועלכער איז אויך געווען חיים גראַדעס דאָקטער. ווען מיר האָבן זיך אין 1978 זיך אומגעקערט פֿון ישׂראל און אין 1981 ווידעראַמאָל זיך באַזעצט אין דער בראָנקס, איז די ידיעה צו אונדז דערגאַנגען אַז גראַדע איז שוין נישט געווען בײַם בעסטן געזונט. איך האָב זיך ווידעראַמאָל פֿאַרבונדן מיט מײַנע גוטע פרײַנד ביילע גאָטעסמאַן, די פֿרוי פֿון ד״ר יונה גאָטעסמאַן, און מיט דער משפּחה פֿישמאַן, געלע און שיקל.
מיט פֿיר יאָר שפּעטער האָט פּאַסירט אַן אויסטערלישע מעשׂה. אינאַ גראַדע האָט געקלונגען ד״ר גאָטעסמאַן אַז חיים גראַדע האָט באַקומען אַ שווערע האַרץ־אַטאַקע און האָט געבעטן יונהן נישט צו קומען ווײַל זי האַלט בײַם נעמען אים קיין באָסטאָן אין בעסטן שפּיטאָל. מיר אַלע האָבן זיך געוווּנדערט און זיך שטאַרק געזאָרגט. גיי ווייס אַז חיים גראַדע איז שוין געווען טויט און „דער דיבוק‟, אינאַ גראַדע, האָט אים ערגעץ באַגראָבן און קיינער האָט נישט געוווּסט ווו זײַן געביין איז אַהינגעקומען. אָן אַ לוויה, אָן אַ רבין, אָן אַ מלא רחמים, אָן אַ קדיש, אָן אַ סימן פֿון באַוויינען דעם גראַנדיעזן ייִדישן ניפֿטר.
ווען אינאַס שקר איז באַקאַנט געוואָרן האָבן זיך גראַדעס פֿרײַנד אײַנגעשטעלט און גענומען זוכן דעם בית־עולם וווּ מע האָט אים באַגראָבן. געפֿונען האָט עס געלע פֿישמאַן, ערגעץ אין ניו־דזשוירזי, אָבער ס׳איז שוין געווען צו שפּעט.
שעקספּירס „ליידי מאַקבעט‟ אינעם דמות פֿון אינאַ גראַדע, האָט שוין אָפּגעטאָן אירע דראַגאָנישע שטיק, אַזוי אַז זי איז באַגאַנגען אַ שרעקלעכע עוולה קעגן ייִדישן פֿאָלק, און אַ טײַוולאָנישן שאָדן איר אייגענעם מאַן, דעם גרעסטן ייִדישן שרײַבער בײַ ייִדן. ווען שלום־עליכם איז געשטאָרבן, אויך אין דער בראָנקס אין 1916, האָבן אים באַגלייט הונדערט טויזנט ייִדן צו זײַן אייביקער רו. ווען חיים גראַדע איז געשטאָרבן האָט קיינער נישט געוווּסט וועגן זײַן פּטירה.
חיים גראַדע האָט נאָך זיך איבערגעלאָזט אַ שלל מיט ליטעראַרישע ווערק וווּ זײַנע העלדן שטעלן מיט זיך פֿאָר אַן אוניקום פֿון ייִדישע טיפּן. זײַנע רבנישע טיפּן אין די מוסר־ישיבֿות, זײַנע קלאָגלידער וווּ ער באַוויינט די דאָליע פֿון זײַן מאַמען, זײַנע פֿאַראורטיילן קעגן דער וועלט מיט די אַמעריקאַנער ייִדן בתוכם, וואָס האָבן זיך נישט אײַנגעשטעלט פֿאַר זייערע ברידער און שוועסטער מעבֿר לים בעת זיי זײַנען אַוועק מיטן רויך אויף קידוש־השם אין די קרעמאַטאָריעס. ער האָט באַוויינט די ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אונטער סטאַלינס פֿאַרסמטן האַס. גראַדע קען מען פֿאַרגלײַכן צו ירמיהו הנבֿיא וועלכער האָט אין זײַן „איכה‟ באַוויינט דעם חורבן בית־המקדש אין ירושלים.
חיים גראַדע איז טאַקע פֿאַרבליבן אין מײַן זכּרון אָט אַזוי ווי איך האָב אים געקענט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.