די הײַנטיקע פּרשה, וואָס באַשטייט פֿון 176 פּסוקים, איז די לעגנסטע אין דער גאַנצער תּורה. אַ גרויסן טייל פֿאַרנעמט אין איר דער המשך פֿון חשבונות, וועלכע מיר האָבן באַהאַנדלט אינעם פֿאָריקן פּרשה־אַרטיקל. אין דער הײַנטיקער סדרה ווערן געציילט די דערוואַקסענע לוויים פֿון 30 ביז 50 יאָר אַלט, אײַנגעטיילט לויט זייערע משפּחות.
בײַם סוף פֿון אונדזער פּרשה פֿאַרנעמט אַ גרויס אָרט די באַשרײַבונג פֿון די מתּנות און קרבנות, וואָס די נשׂיאים פֿון די ייִדישע שבֿטים האָבן געבראַכט פֿאַר דער חנוכּת־המזבח. די באַשרײַבונג האָט אויך צו טאָן מיט חשבונות, אָבער צוליב אַן אַנדער סיבה: פּונקט מיט די זעלבע ווערטער ווערן די נדבֿות פֿון יעדן נשׂיא איבערגעחזרט באַזונדערס 10 מאָל. דער חילוק צווישן די באַשרײַבונגען פֿאַרשטייט בלויז אין דעם, וואָס די תּורה דערמאָנט דעם טאָג, ווען אַ געוויסער נשׂיא האָט געבראַכט זײַן נדבֿה, ווי אויך זײַן נאָמען.
ווי ס׳איז באַקאַנט, זענען אין דער תּורה־הקדושה נישטאָ קיין איבעריקע און צופֿעליקע ווערטער. אונדזער פּרשה וואָלט געקאָנט זײַן כּמעט אויף צוויי מאָל קירצער, אויב די באַשרײַבונג פֿון די נדבֿות וואָלט געווען באַגלייט מיט אַ ליסטע פֿון די נשׂיאים אין דער אָרדענונג פֿון די טעג, ווען זיי האָבן מנדבֿ געווען זייער זילבער, גאָלד, מעל און בהמות. צוליב וואָס באַשטייט אונדזער סדרה אויף אַ האַלב פֿון 12 איבערחזרטע פֿראַגמענטן?
אין דער אמתן, קאָנען מיר פֿרעגן די זעלבע קשיא וועגן די טאָג־טעגלעכע תּפֿילות. יעדן טאָג זאָגן מיר פּונקט די זעלביקע קריאת־שמע, שמונה־עשׂרה און אַנדערע טיילן פֿונעם סטאַנדאַרטן נוסח דאַוונען. על־פּי שׂכל וואָלט מען געקאָנט זאָגן, אַז ס׳בעסער צו אימפּראָוויזירן אייגענע תּפֿילות יעדן טאָג, כּדי זיך אַראָפּרעדן פֿונעם האַרצן פֿאַרן רבונו־של־עולם. רבי נחמן בראַצלעווער גיט אַן עצה דאָס טאַקע צו טאָן יעדן טאָג, ווי גאָר אַ וויכטיקע סגולה פֿאַר אונדזער רוחניותדיקער אַנטוויקלונג. באַזונדערס גוט איז עס צו טאָן אַליין, בײַנאַכט, אין אַ פֿעלד, וואַלד צי אַן אַנדער ווילד אָרט. אַ סך אַנדערע חסידישע צדיקים, אַרײַנגערעכנט דעם ערשטן טשערנאָבילער רבין — הגם זײַנע הײַנטיקע נאָכפֿאָלגער באַציִען זיך אָפֿט צום בראַצלעווער חסידות מיט אַ גרויסן חשד — גיבן די זעלבע עצה. אויב אַזוי, פֿאַרוואָס חזרן מיר יעדן טאָג די זעלבע ברכות און תּפֿילות?
די חז״ל באַטאָנען, אַז ווען מיר לערנען די תּורה, מוזן מיר שטרעבן אין איר אַלעמאָל געפֿינען חידושדיקע אינטערפּרעטאַציעס. די תּלמידים פֿון רבי יצחק לוריא — דער אַריז״ל — גיבן איבער, אַז אַלע זײַנע כּוונות־התּפֿילה, גאַנצע בענדער פֿון עקסטרעם טיפֿע קבלה־ענינים, האָט ער געהאַט אין זינען בלויז אין איין טאָג. אין די אַנדערע טעג האָט ער געהאַט אין זינען אַנדערע כּוונות. באַקומט זיך, אַז הגם איבערחזרונג פֿון פּונקט די זעלבע ווערטער קאָן אויסזען אויבערפֿלעכלעך נודנע, קאָנען זיי אַרויסרופֿן אינגאַנצן אַנדערע אַסאָציאַציעס.
אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, טרעפֿן מיר כּסדר פֿאַרשיידענע סיטואַציעס, וואָס העלפֿן צו פֿאַרשטיין דעם דאָזיקן ענין. אַ פּאָפּולער ליד ווילט זיך אַמאָל אויסצוהערן נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל, ווײַל יעדעס מאָל רופֿט עס אַרויס געוויסע עמאָציעס — יעדעס מאָל אַ ביסל אַנדערע. אַ שיין ליד ווערט נישט נימאס, ווען מע לייענט עס פֿון ס׳נײַ. בײַ די חסידים דינען די ניגונים — אָפֿטמאָל גאַנצע לאַנגע, וואָס חזרן זיך צענדליקער מאָל — ווי אַ מיטל פֿון טיפֿע גײַסטיקע דערפֿאַרונגען. דער חן פֿון פּיוטים און זמירות באַשטייט אָפֿט מאָל אויך דווקא אין איבערחזרונג.
די פּסיכאָלאָגן האָבן באַשטעטיקט, אַז ענלעכע מעטאָדן אין אַנדערע וועלט־טראַדיציעס — למשל, די בודיסטישע מאַנטרעס, מיסטישע פֿאָרמולעס, וואָס מע חזרט איבער ווי אַ טייל פֿון מעדיטאַציע — העלפֿן טאַקע זיך צו פֿאַרטיפֿן אין די אינערלעכע שיכטן פֿונעם באַוווּסטזײַן. ווי באַלד אונדזער עצם־נשמה איז פֿאַראייניקט מיטן געטלעכן ליכט, קאָנען אַזעלכע מיטלען אונדז דערנענטערן צום באַשעפֿער. הרבֿ אַריה קאַפּלאַן, אַ באַקאַנטער הײַנטצײַטיקער מקובל, האָט אַ סך געשריבן וועגן „ייִדישע מאַנטרעס‟ אין זײַן ענגליש בוך „מעדיטאַציע און קבלה‟.
ווען מיר וואָלטן געקאָנט זיך פֿאָרשטעלן ווי געהעריק, ווי אַזוי יעדער נשׂיא האָט געבראַכט דעם זעלבן סכום קרבנות, אָבער אויף אַן אייגענעם פּערזענלעכן אופֿן און מיט אייגענע כּוונות אין זינען, וואָלטן מיר געזען, אַז דער איבערגעחזרטער טייל פֿון אונדזער סדרה טראָגט אין זיך אַ „מעלאָדישן‟ חן. פֿון דער צווייטער זײַט, האָט דער פֿראַנצויזישער פֿילאָסאָף זשאַק דערידאַ געוויזן, אַז יעדער טעקטס, אַפֿילו דער סאַמע פּשוטער, בלײַבט קיינמאָל נישט פֿאַר אונדז דער זעלבער. יעדעס מאָל, ווען מיר לייענען עפּעס, ווערן מיר „מיטשרײַבער‟ פֿונעם טעקסט, אַרײַנטראַכנדיק אַלעמאָל נײַע באַדײַטן און אַסאָציאַציעס. אַגבֿ, דערידאַ איז געווען אַ ספֿרדישער ייִד פֿון אַלזשיר, וועלכער דערמאָנט צומאָל קבלה אין זײַנע ווערק.
די תּורה דערמאָנט אונדז, אַז די זעלבע אותיות טראָגן, אין דער אמתן, יעדעס מאָל אַן אַנדער טעם. יעדער מענטש, אין פֿאַרשיידענע מאָמענטן אין סיטואַציעס, נעמט אויף אַנדערש דעם זעלבן טעקסט — אויב אַפֿילו מע לייענט עס 12 מאָל נאָכאַנאַנד במשך פֿון עטלעכע מינוט אין דער שיל. פּרוּווט זיך פֿאָרצושטעלן פֿאַר אײַערע אויגן, ווען איר הערט די פּרשה, ווי אַזוי פֿאַרשיידענע נשׂיאים, מיט פֿאַרשיידענע ביאָגראַפֿיעס, ברענגען אייגענע קרבנות אינעם מידבר, און איר וועט דערפֿילן, אַז די זעלביקע ווערטער רופֿן אַרויס יעדעס מאָל אַן אַנדער אימאַזש.
אינעם סאָציאַלן זין, שטעלט אונדזער פּרשה אויך דעם טראָפּ אויף דער ווערט פֿון גלײַכקייט. אַלע מענטשן זענען גלײַך, נאָר יעדער איז פֿאָרט אַן אוניקאַלע פּערזענלעכקייט. אויב איינער פֿון די נשׂיאים וואָלט נישט געבראַכט זײַן קרבן, וואָלט משה רבינו נישט געקאָנט מקדש זײַן דעם מזבח אינעם משכּן. נישט געקוקט אויף זײַן גאָר הויכן רוחניותדיקן צושטאַנד, האָט ער זיך גענייטיקט אין דער הילף פֿון יעדן שבֿט.
הגם די תּורה פֿאָקוסירט זיך אויף די ראָשי־הקהילה פֿון יענער תּקופֿה, בלײַבט דער פּרינציפּ זיכער ריכטיק, ווען עס גייט אַ רייד וועגן אַפֿילו דעם סאַמע „פּראָסטן‟ מענטש. שטעלט זיך פֿאָר אַ וועלט, וווּ עס וואָלט נישט געווען קיין שנײַדער, בויער און גאַסן־ראַמער. אַן עושר, וואָס קוקט אַראָפּ אויף אַזעלכע מענטשן, זאָל אַ טראַכט געבן, אַז אַ דאַנק זיי טראָגט ער שיך, וווינט אין אַ הויז און לעבט אין אַ באַקוועמער שטאָט. אויף אַ פּאַראַדאָקסאַלטן אופֿן, דריקט זיך אויס די מענטשלעכע גלײַכקייט דווקא אין אוניקאַלע מעלות פֿון יעדן יחיד. אין פֿאַרגלײַך מיט דער גאַנצער מענטשהייט, איז יעדער מענטש אַ „פּשוטער‟. להיפּוך, מוז מען געדענקען, אַז יעדער יחיד פֿירט אויס אַן אוניקאַלע פּערזענלעכע ראָלע, זײַענדיק אַ צלם־אלוקים. די חז״ל באַטאָנען, אַז יעדער מענטש דאַרף טראַכטן, אַז בלויז צוליב אים אָדער איר איז באַשאַפֿן געוואָרן די גאַנצע וועלט, ווײַל פֿונעם יחידס קוקווינקל איז ער דער איין־און־איינציקער טרעגער פֿונעם געטלעכט געשטאַלט. הגם מיר פֿאַרנעמען זיך כּסדר מיט די זעלבע זאַכן אין דער היים, בײַ דער אַרבעט, אין דער שיל אָדער בעת דער זומערדיקער פֿאַרווײַלונג־צײַט, מוזן מיר געדענקען, אַז אַזוי ווי די קרבנות פֿון די נשׂיאי־ישׂראל, קאָנען מיר עס אַלץ אויסנוצן יעדעס מאָל אויף אַ חידושדיקן אופֿן אויף עבֿודת־השם, דערקענענדיק דערבײַ די אוניקאַלע מעלות פֿון די אַנדערע, מיט זייערע אייגענע ראָלעס און עבֿודות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.