עטלעכע הונדערט יאָר לאַנג, פֿון מיטל־עלטער ביזן נײַנצעטן יאָרהונדערט, האָבן פּשוטע ייִדן זיך גאָר אַ סך געלערנט פֿונעם מגיד, דעם פֿרומען דערציילער וואָס האָט געוואַנדערט פֿון איין שטעטל אין צווייטן און דערציילט מעשׂהלעך פֿון תּנך, תּלמוד און פֿאָלקס־לעגענדעס. זײַן עובֿדה איז געווען דאָס פּריידיקן אַ מאָראַלישן אויפֿפֿיר, וועקן אינעם פֿאָלק דעם פֿונק פֿון ייִדישער טראַדיציע און מוטיקן דאָס גלייבן אין משיחן. עמך האָט בדרך־כּלל זיך געלערנט אָן א שיעור מער פֿונעם מדיג ווי בײַם געלערנטן רבֿ אין בית־מדרש.
הײַנט לעבט מען אויף די דערציילערישע קונסט פֿון מגידות אויף פֿאַרשידענע אופֿנים.
דוד אַרפֿאַ, וואָס וווינט אין מערבֿ־מאַסאַטשוסעטס און איז דער בילדונג־דירעקטאָר פֿון דער אָרטיקער שיל א״נ „בית־ישׂראל“, רופֿט זיך אָן אַ מגיד. ער האָט נאָך אין קאַלעדזש גענומען קורסן אין דער דערציילערישער קונסט און האָט זיך אין דעם שטאַרק פֿאַראינטערעסירט.
הײַנט פֿירט ער גרופּעס פֿון דערוואַקסענע און פֿון קינדער אויף נאַטור־שפּאַצירן און לערנט זיי וועגן פֿאַרשידענע עלעמענטן פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר. למשל, זײַנע שפּאַצירן מיט קינדער דרייען זיך אַרום דעם זוכן שרעטעלעך, אַזוינע לעגענדאַרישע וואַלד־באַשעפֿענישן. ער לערנט זיי אויס ווי אַזוי צו בויען קליינע הײַזעלעך פֿאַר די שרעטעלעך בשעתן יום־טובֿ סוכּות און מוטיקט די קינדער איבערצולאָזן עסן אין דרויסן פֿאַר די שרעטעלעך ווען סע רוקט זיך אָן דער ווינטער.
כאָטש זײַן צוגאַנג איז אַן אומגעוויינלעכער זעט מען הײַנט פֿאַרשידענע פּראָגראַמען פֿאַר אַ נײַעם מין מגיד. אַ פּאָדקאַסט פֿון דער רעפֿאָרעם־באַוועגונג „מעשׂיות וואָס מיר דערציילן“, ברענגט יעדע וואָך נאָך אַ מעשׂה — פֿון דרײַ ביז אַכט מינוט לאַנג — פֿונעם רײַכן ייִדישן פֿאָלקלאָר. די קורצע סעסיעס ווערן געצילעוועט אויף משפּחות מיט קליינע קינדער און אויך אויף עלטערע לײַט.
בײַ די רבנים־סעמינאַרן געפֿינט מען נישט קיין ספּעציעלע פּראָגראַמען זיך צו לערנען אויף מגיד, אָבער די וואָס טוען אַזאַן אַרבעט האָבן זיך בדרך־כּלל ערגעץ אויסטרענירט אין דער דערציילערישער קונסט.
יצחק בוקסבוים, וואָס דער באַרימטער „זינגענדיקער רבֿ“ שלמה קאַרלבאַך האָט אים געגעבן „סמיכה“ אויף מגיד, האָט שוין געלערנט מגידות אין פֿאַרשידענע סעמינאַרן פֿון די רעפֿאָרם־ און קאָנסערוואַטיווע באַוועגונגען. ער פֿירט אויך אָן מיט אַ צוויייאָריקער טרעניר־פּראָגראַם פֿון דער ווײַטנס, וואָס נעמט אַרײַן וואַרשטאַטן, און לייגט דעם טראָפּ אויף כּיתבֿי־הקודש און די קונסט פֿון דערציילן מעשׂיות און גײַסטיק אינספּירירן דעם עולם.
אַרפֿאַ, וואָס האָט אויך אַ מאַגיסטער אין סבֿיבֿה־דערציִונג, האַלט אַז מעשׂיות גיבן אויך אַ געלעגנהייט צו לערנען קינדער די וויכטיקייט פֿון אויפֿהיטן די נאַטור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.