אַריה לאָנדאָן, ראַדיאָ־זשורנאַליסט אויף ייִדיש, איז ניפֿטר געוואָרן

Lively Yiddish Radio Host Arie London Has Died

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published June 04, 2017, issue of June 29, 2017.

Facebook

דעם ערשטן טאָג שבֿועות, דעם 31סטן מײַ, איז אין ארץ־ישׂראל ניפֿטר געוואָרן דער באַקאַנטער זשורנאַליסט אַריה־לייב לאָנדאָן, וועלכער האָט במשך פֿון אַ סך יאָר געפֿירט די ייִדיש־פּראָגראַם אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער ישׂראלדיקער ראַדיאָ־סטאַנציע „קול ישׂראל‟. אויפֿן צווייטן טאָג, ווען אין חוץ־לאָרץ האָט מען נאָך געפּראַוועט יום־טובֿ, איז פֿאָרגעקומען אַריה לאָנדאָנס לוויה אין דער שטאָט כּפֿר־סבֿא, וואָס געפֿינט זיך 16 קילאָמעטער צפֿון־מזרח פֿון תּל־אבֿיבֿ.

ווידער האָט אונדזער קליינער „אינטערנאַציאָנאַל‟ פֿון פּראָפֿעסיאָנעלע ייִדיש־טוער געליטן פֿון אַ קלאַפּ, און ווידער געשעט עס אין דער פֿאַרשווינדנדיקער וועלט פֿון עכטע ליטוואַקעס, וועלכע האָבן געשטרעבט איבערצוגעבן די ליטוויש־ייִדישע טראַדיציעס דעם יונגן דור. הגם מער ווי 95% ליטווישע ייִדן זענען פֿאַרטיליקט געוואָרן בעת דעם חורבן, האָבן אַ צאָל איבערגעגעבענע ייִדיש־רעדער איבערגעלעבט דעם נאַצי־שוידער.

אַ געבוירענער אין ווילנע, אינעם יאָר 1946, האָט לאָנדאָן באַוויזן זיך גוט צו באַקענען מיט די רעשטלעך פֿון דער אַמאָליקער ייִדיש־ליטווישער קולטור. נאָכן פֿאַרענדיקן דעם פּעטערבורגער אוניווערסיטעט אָנהייב 1970ער יאָרן, האָט ער עולה געווען קיין ארץ־ישׂראל; דאָרטן האָט ער זיך פֿאַרנומען מיט ייִדיש־זשורנאַליסטיק.

אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד איז געווען גאָר פּאָפּולער זיך צוצוהערן צו מערבֿדיקע ראַדיאָ־סטאַנציעס, כּדי צו וויסן, ווי אַזוי עס גייט דאָס לעבן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, מערבֿ־דײַטשלאַנד, בריטאַניע און אַנדערע לענדער אויף יענער זײַט פֿונעם „אײַזערנעם פֿאָרהאַנג‟. בײַ ייִדן איז באַזונדערס געווען פּאָפּולער די סטאַנציע „קול־ישׂראל‟, וועלכע האָט יעדן טאָג געפֿירט פּראָגראַמען אויף רוסיש און ייִדיש. די רעגירונג האָט געפּרוּווט צו פֿאַרשווײַגן געוויסע סטאַנציעס מיט אַ מעכטיקן זשום און רעש; דער עולם האָט זיך אָבער געגעבן אַן עצה און נאָך אַלץ צו זיי זיך צוגעהערט.

אין מײַנע שול־יאָרן אין פּעטערבורג, זײַענדיק אַ ליבהאָבער פֿון וויסנשאַפֿט, האָב איך זיך אין יענער תּקופֿה כּסדר געשפּילט מיט ספּעציעלע אַנטענעס און סכעמעס, וואָס האָבן געהאָלפֿן פּטור צו ווערן פֿונעם דערעסנדיקן זשום. געוויסע אויסלענדישע סטאַנציעס, וואָס מע האָט נישט געשטערט, איז געווען פּשוט אַ מחיה סתּם צו הערן — למשל, די רוסישע פּראָגראַמען פֿון כינע און איראַן. פֿאַר דער אינטערנעץ זענען די קורצע כוואַליעס (shortwaves) אויף דער ראַדיאָ דאָך געווען דער עיקר־מיטל פֿון קאָמוניקאַציע איבער דער גאָרער וועלט.

נישט געקוקט אויף אַלע קונצן, כּל־זמן די פֿאַרשווײַג־אַפּאַראַטור האָט מען נאָך נישט פֿאַרלאָשן, איז „קול־ישׂראל‟ געבליבן באַגלייט מיט אַ נודנעם זשום. ס׳איז אָבער געווען אַ מחיה צו הערן אַ האַלבע שעה יעדן טאָג לידער און דערציילונגען אויף ייִדיש. אַריה לאָנדאָנס קול איז געווען פֿאַר מיר איינער פֿון די ערשטע לעבעדיקע דערווײַזן, אַז ייִדיש לעבט נישט בלויז צווישן די עלטערע לײַט. אַריה לאָנדאָנס ווערטער האָבן געקלונגען יונג און פֿריש. זײַנע פּראָגראַמען האָבן מיר ממשותדיק געהאָלפֿן צו באַהערשן די ייִדישע שפּראַך ווי געהעריק.

אַ טייל צוהערער האָבן געמיינט, אַז דער פֿאַמיליע־נאָמען פֿונעם ראַדיאָ־דיקטאָר איז אַ פּסעוודאָנים. אין דער אמתן, איז „לאָנדאָן‟ אַ באַקאַנטע ליטווישע רבנישע פֿאַמיליע, וואָס שטאַמט פֿונעם וואָרט „למדן‟. מע איז זיך משער, אַז די מלוכישע אינסטאַנצן האָבן נישט ריכטיק פֿאַרשטאַנען דעם דאָזיקן טיטל און האָבן עס אין די אָפֿיציעלע דאָקומענטן פֿאַרוואַנדלט אינעם נאָמען פֿון דער בריטישיער קרוינשטאָט.

לאָנדאָן איז טאַקע געווען, רעלאַטיוו גערעדט, צווישן די ייִנגערע ליטווישע ייִדישיסטן. אין פֿאַרגלײַך מיט נחמה ליפֿשיץ — זײַנע אַ גוטע באַקאַנטע, וועלכע איז אויך ניפֿטר געוואָרן נישט לאַנג צוריק — איז ער שוין געבוירן געוואָרן אין דער סאָוועטישער ליטע נאָך דער מלחמה. ביז די לעצטע חדשים פֿון זײַן לעבן איז ער געבליבן אַן ענערגישער מענטש, וועלכער האָט געפֿירט — דער עיקר, אויף רוסיש — שאַרפֿע דעבאַטעס אויף פֿאַרשיידענע טעמעס אויף דער אינטערנעץ. אויב נישט זײַן בילד אויפֿן „פֿייסבוק‟־זײַטל, וואָלט מען געקאָנט זיך משער זײַן, אַז מע שמועסט טאַקע מיט אַ יונגן מענטש. צום באַדויערן, האָט אַ ראַק פֿאַרשניטן זײַן לעבן בײַ 71 יאָר.

שוין וווינענדיק אין אַמעריקע, אָנהייב די 2000ער יאָרן, האָב איך זיך גוט באַקענט מיט אַריה לאָדנאָן אויף דער אינטערנעץ. זײַענדיק אַן ענטוזיאַסטישער ייִדיש־שטיצער, איז ער אויך געווען אַ פֿאַרביסענער ליטווישער נאַציאָנאַליסט — אי אינעם ייִדישן, אי אינעם אַלגעמיינעם זין. ווי אַן עכטער ליטווין, האָט ער כּסדר פֿאַרדאַמט די רוסן מיט די לעצטע ווערטער; ווי אַ ליטוואַק, האָט ער חוזק געמאַכט פֿון די חסידים און בכלל אַלע נישט־ליטווישע ייִדן, הגם צו די ספֿרדים האָט ער זיך באַצויגן מיט גרויס דרך־ארץ און זײַנע אייגענע לאַנדסלײַט — די „צלם־קעפּ‟ — האָט ער צומאָל אויסגעלאַכט. די סאַטמאַרער חסידים, דער בונד, דער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟ און אַנדערע וועלכע־ניט־איז טעמעס, וואָס האָבן צו טאָן מיט ייִדיש, האָבן בײַ לאָנדאָנען אַרויסגערופֿן אַ וואַרעמען אָפּרוף.

הגם דער ניפֿטר האָט געאַרבעט אויף אַן אָפֿיציעלער ישׂראלדיקער ראַדיאָ־סטאַנציע, האָט ער זיך באַצויגן גאַנץ קריטיש צו דער פּאָליטיק פֿון זײַן לאַנד און אַפֿילו אויסגעשפּראָכן אַנטי־ציוניסטישע טעמעס. ער האָט ביטער געטענהט, אַז אַחוץ זײַן ווינקל אויף דער ראַדיאָ און אַ קנאַפּער צאָל אָרגאַניזאַציעס און גרופּעס ענטוזיאַסטן, בלײַבט ייִדיש אין ארץ־ישׂראל אַ מאַרגינאַלע אונטערגעדריקטע שפּראַך. וואָס שייך די סאַטמאַרער חסידים אין אַמעריקע, האָט ער אינעם שמועס מיט מיר זיך נישט איינמאָל געאַמפּערט, ווי אַ גרויסער פּאַטריאָט פֿון דער סטאַנדאַרטער כּמו־ליטווישער כּלל־שפּראַך: „אַ באַרבאַריש הענטשקע־לשון רעדן זיי, די מאַדיאַרן, נישט קיין ייִדיש‟.

אַ פּאָר מאָל האָב איך פֿאָרגעלייענט מײַנע לידער אויף ייִדיש אויף „קול־ישׂראל‟. בעת דעם טעלעפֿאָן־שמועס, וועלכער איז פֿאָרגעקומען אינעם ביוראָ פֿונעם „פֿאָרווערטס‟, האָט אַריה לאָנדאָן קריטיקירט דאָס לשון פֿון אונדזער געוועזענעם רעדאַקטאָר, באָריס סאַנדלער, דערקלערנדיק אַז דער אוקראַיִנישער, רומענישער צי פּוילישער נוסח ייִדיש איז אַ „דאָרפֿיש ריידעכץ‟. רק ליטוויש!

בערך מיט 15 יאָר צוריק האָט לאָנדאָן, בשותּפֿות מיט מיר, אָנגעהויבן פֿירן אַ סעריע ייִדיש־לימודים אויף דער אינטערנעץ, וואָס דרייען זיך נאָך אַלץ אויף פֿאַרשיידענע וועבזײַטן. ווי אַ רעזולטאַט פֿון דער צוזאַמענאַרבעט, האָט זיך באַקומען אַ טשיקאַווער טעקטס. אַ צאָל יונגע תּלמידים האָבן מיר איבערגעגעבן, אַז די לימודים האָבן זיי אַמאָל שטאַרק געהאָלפֿן.

אין מײַן פֿאָריקן אַרטיקל האָב איך דערציילט וועגן דעם ניפֿטר־געוואָרענעם פֿאָלק־זינגער אַבֿרהם גענדלער, וועלכן עס האָט זיך אײַנגעגעבן, נישט געקוקט אויפֿן בכּבֿודיקן עלטער, אויסצובויען אַ בריק צווישן אַמאָליקע און נײַע ייִדישע מוזיקער. צוליב זײַן יוגנטלעכן כאַראַקטער, האָט אַריה לאָנדאָן געהאַט אַן ענלעכן טאַלאַנט. להיפּוך צו געוויסע טוער, האָט ער זיך אַלעמאָל דערקוויקט, ווען יונגע סטודענטן, לאַוו־דווקא ייִדן, האָבן אַרויסגעוויזן אַן אינטערעס צו ייִדיש, און ער האָט זיי אָפֿט געהאָלפֿן זיך בעסער צו באַקענען מיט דער שפּראַך. קלינגענדיק צומאָל סאַרקאַסטיש, פֿאַרביטערט, פּראָסט, פֿלירטעוודיק, כוליגאַניש און חוזק־מאַכעריש, האָט ער גובֿר געווען דעם קולטור־באַריער צווישן די דורות.

אויף אַ צאָל וועבזײַטן, בפֿרט לעצטנס אויפֿן „פֿייסבוק‟, איז לאָנדאָן געווען גרינג צוטריטלעך; ער האָט ליב געהאַט צו דיסקוטירן, צומאָל שעהען־לאַנג, כּלערליי ענינים מיט יונגע ייִדישיסטן. אַ גאַנצע ריי באַלערנדיקע נאָטיצן און קורצע אַרטיקלען, וואָס קלינגען ווי פּערזענלעכע שטראָמען פֿון באַוווּסטזײַן, זענען למעשׂה צונויפֿגעשטעלט געוואָרן פֿון זײַנע וויכּוחים און קאָמענטאַרן אויף דער אינטערנעץ.

עס קאָן זײַן, אַז ווי אַן אַקטיווער יונג־קלינגענדיקער אינטערנעץ־מענטש האָט אַריה לאָנדאָן אַפֿילו מער אויפֿגעטאָן, ווי מיט זײַנע ראַדיאָ־פּראָגראַמען. כּבֿוד זײַן אָנדענק!