ייִדישע משומדים אין צאַרישן רוסלאַנד

Jewish Converts in Tsarist Russia


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published June 06, 2017, issue of June 29, 2017.

אין שלום אַשס ראָמאַן „פּעטערבורג” איז פֿאַראַן די טשיקאַװע פֿיגור, מאַדאַם קװאַסנעצאָװאַ, אַ געשמדטע ייִדענע װאָס האַלט אַ הײַזל אין פּעטערבורג, און אױך אַן אַכסניה פֿאַר ייִדן, װאָס קומען אין דער רוסישער הױפּטשטאָט צוליב זײערע צרות.

פֿאָרמעל געהערט זי צו דער „רעכט־גלױביקער” קריסטלעכער אמונה, אָבער אין דער הײם פֿירט זי זיך סײַ קריסטלעך סײַ ייִדישלעך. זי גלױבט אַז „אין צװײען איז שטאַרקער”. זי האָט, דערקלערט שלום אַש איראָניש, „שלום געמאַכט מיט דעם טױזנט־יעריקן קריג, װאָס די באַגרינדער פֿון די אמונות האָבן אַרײַנגעװאָרפֿן צװישן די מענטשן.” קװאַסנעצאָװאַ פּראַװעט סײַ קריסטלעכע סײַ ייִדישע יום־טובֿים: „נעבן דעם קריסטוס־בױם האָט זיך געפֿונען אַ ייִדישער חנוכּה־לאָמפּ, װעלכן זי האָט געלאָזט באַלײַכטן אין זײַנע אַלע נײַן ליכטלעך.”

די דאָזיקע פֿרױ, װאָס האָט אין דער הײם געטראָגן אַ שײטל און זיך גערופֿן דבֿורה־לאה, איז ניט געװען קיין פּראָדוקט פֿון שלום אַשס שעפֿערישער פֿאַנטאַזיע. אַזאַ מין פֿענאָמען איז געװען מער פֿאַרשפּרייט צװישן ייִדן ווי מע מיינט. אָפֿט מאָל האָבן זיי געביטן זײער אמונה צוליב פּראַקטישע צװעקן, ווי, למשל, כּדי צו באַקומען דאָס װױנרעכט אין גרױסע רוסישע שטעט. אָבער אין די אױגן פֿון דער צאַרישער מאַכט זײַנען זײ געװען פֿאַרברעכער. אַז מע װאָלט געכאַפּט דבֿורה־לאהן בײַם פּסחדיקן סדר, װאָלט מען זי געקאָנט פֿאַרמשפּטן אויף לאַנגע יאָרן אין תּפֿיסה.

משומדים טרעפֿן זיך ניט זעלטן אין דער ייִדישער ליטעראַטור, װי, למשל, בײַ דוד בערגלסאָן און זלמן שניאור. אָבער דער סאַמע באַרימטער בײַשפּיל איז אַװדאי חװה אין שלום־עליכמס „טבֿיה דעם מילכיקער”, װאָס האָט זיך פֿאַרליבט אין אַ קריסטלעכן שכן און מיט אים חתונה געהאַט. שמואל־לײב ציטראָן װידמעט דער טעמע פֿון משומדים אין אַ פּרטימדיקן היסטאָריש־מעמואַריסטישן חיבור. אָבער ערשט איצט האָט דער דאָזיקער ענין באַקומען אַ געהעריקע פֿאָרשערישע היסטאָרישע באַהאַנדלונג אין דעם בוך פֿון עלי שײנקער, „”װידויים פֿונעם שטעטל: משומדים אין דער רוסישער אימפּעריע, 1817־1906”.

להיפּוך צו ציטראָן, באַטראַכט שײנקער ניט די באַרימטע פּערזענלעכקײטן, נאָר דעם פּראָסטן עמך, װאָס צוליב פֿאַרשידענע סיבות האָבן זײ באַשלאָסן צו בײַטן זײער גלויבן. עס איז מערקװירדיק, װאָס אַ סך פֿון זײ האָבן דאָס געטאָן ניט צוליב אַ פּראַקטישן געװינס. די געשיכטע פֿון טבֿיהס חװה איז געװען גאַנץ טיפּיש. אַ ייִדיש מײדל פֿון אַ שטעטל האָט זיך פֿאַרליבט אין אַ קריסטלעכן יונגערמאַן, אָבער חתונות צװישן ייִדן און קריסטן זײַנען געװען שטרענג פֿאַרװערט לױטן רוסישן געזעץ. עס איז אױך געװען פֿאַרװערט פֿאַר אַ קריסט זיך מגייר צו זײַן, אַזױ אַז דער שמד איז געװען דער אײנציקער אופֿן וואָס אַ קריסט און אַ ייִד קענען חתונה האָבן.

גאַנץ אָפֿט האָט זיך דאָס פּאָרפֿאָלק באַזעצט בשכנות מיט דער ייִדישער משפּחה אינעם קריסטלעכן טײל פֿונעם שטעטל אָדער אין אַ דאָרף. די באַציִונגען צװישן די ייִדישע עלטערן און זײער געשמדטער טאָכטער זײַנען ניט תּמיד געװען קײן גוטע, אָבער װײַט ניט אַלע האָבן זיך לחלוטין אָפּגעזאָגט פֿון װאָסער ניט איז קאָנטאַקט װי טבֿיה.

שײנקער האָט דורכגעאַקערט אַ שלל אַרכיװאַלע מקורים אין רוסלאַנד און אוקראַיִנע, װאָס פֿאַרפֿיקסירן פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון די דאָזיקע פֿאַלן. גאַנץ אָפֿט האָבן די יונגע לײַט זיך געטראָפֿן אין אַ קרעטשמע, װוּ אַ ייִדיש מײדל האָט באַדינט קריסטלעכע קונים. אָבער אַריבערצוגײן אינעם קריסטלעכן גלױבן איז ניט געװען פּשוט. להיפּוך צו פּראָטעסטאַנטן, האָט די רוסישע קירך ניט געהאַט קײן שטאַרקן אינטערעס צו ייִדן. קודם האָט מען געדאַרפֿט פֿאַרברענגען אַ געװיסע צײַט אין אַ ספּעציעלן מאָנאַסטיר און אױסלערנען די פּרינציפּן פֿונעם קריסטלעכן גלױבן. און אַפֿילו נאָך דעם שמד האָט די קירך געהאַלטן אַן אױג אױף נײַע קריסטן, זײ זאָלן ניט בסוד פּראַװען ייִדישע מנהגים.

צומאָל האָט זיך געטראָפֿן אױך אַ פֿאַרקערטע מעשׂה. אַ ייִד, װאָס איז געשמדט געװאָרן מיט יאָרן פֿריִער, אָפֿט מאָל אַן אָפּגעדינטער סאָלדאַט, האָט זיך אומגעקערט אין זײַן שטעטל און געװאָלט זיך אויך אומקערן צו ייִדישקײט. אין דער צװײטער העלפֿט פֿונעם נײַנצטן יאָרהונדערט האָט די מלוכה אומװיליק דערלױבט אַזאַ פּראָצעדור, אָבער מיט אַ סך ביוראָקראַטיע מניעות. ערשט נאָך 1906 האָט די רוסישע רעגירונג דערלױבט ייִדן צו בײַטן די אמונה און פֿאַרלאָזן די „רעכט־גלױביקע” קירך.

לױט דער צאַרישער געזעץ־געבונג איז ייִדישקײט געװען אַ רעליגיעזער און ניט קײן עטנישער באַגריף. אַזױ אַרום איז אַ געשמדטער ייִד פֿאָרמעל געװאָרן אַ קריסט װי אַלע קריסטן. למעשׂה אָבער איז די זאַך ניט געװען אַזױ גראָד. אינעם פּאַספּאָרט פֿון אַזאַ נײַעם קריסט איז געשטאַנען „פֿון ייִדן”, און צום סוף פֿון נײַצנטן יאָרהונדערט האָבן אַזעלכע נײַע קריסטן ניט באַקומען רעכט צו באַזעצן זיך מחוץ דעם ייִדישן תּחום־המושבֿ. דערצו נאָך האָבן רוסישע נאַציאָנאַליסטן געטענהט אַז געשמדטע ייִדן זײַנען אַ סכּנה פֿאַרן רוסישן פֿאָלק, װײַל בטבֿע בלײַבן זײ סײַ װי ייִדן. אַזױ אַרום איז דער דאָזיקער ראַסיסטישער קוק געװאָרן פּאָפּולער אױך בײַ דער רעגירונג. רעליגיע האָט מער ניט געשפּילט די מכריעדיקע ראָלע; דער ביאָלאָגישער אָפּשטאַם איז געװען װיכטיקער.

דער לעצטער טײל פֿון שײנקערס בוך באַהאַנדלט דעם אינטערעסאַנטן פֿענאָמען פֿון ייִדיש־קריסטלעכע חבֿרות אין דרום־אוקראַיִנע, װאָס זײַנען געװען אױסן צונױפֿצושמעלצן בײדע אמונות. זײ האָבן געהאַלטן ישו הנוצרי פֿאַר אַ ייִדישן משיח, אָבער זיך ניט אָפּגעזאָגט פֿון ייִדישקײט. די רוסישע מלוכה האָט זײ ניט פֿאַרװערט בתּנאי אַז די גאַנצע טעטיקײט זײערע זאָל פֿאָרקומען אױף ייִדיש, מען זאָל חלילה ניט אַראָפּפֿירן רוסן פֿונעם קריסטלעכן דרך. מיט אײנער אַזאַ חבֿרה, „גײַסטלעך־ביבלישע ברודערשאַפֿט”, האָט אין די 1880ער אָנגעפֿירט יעקבֿ גאָרדין, װאָס איז שפּעטער געװאָרן אַ חשובֿער ייִדישער דראַמאַטורג אין ניו־יאָרק. אַזױ אַרום האָט דער מאָדערנער אַמעריקאַנער באַגריף פֿון „ייִדיש־קריסטלעכער ציװיליזאַציע” װאָרצלען אין צאַרישן רוסלאַנד.