אַ מאָל איז אַ לאַנג קלייד נישט דווקא אַן אויסדרוק פֿון צניעות…
אויף דער מאָדע־וועבזײַט The Cut האָט די מאָדע־שרײַבערין לילית מאַרקוס דערקלערט, אַז זי געפֿינט זיך אין אַ שטיקל דילעמע וואָס שייך מאָדע און אידענטיטעט.
צוליב דעם וואָס זי האָט אַ העברעיִשן נאָמען, און וואָס זי האָט ליב צו טראָגן קליידער וואָס קאָנען באַצייכנט ווערן ווי „קאָנסערוואַטיוו‟, ווי, למשל, קליידער וואָס דעקן צו די קני; בלוזקעס צוגעשפּיליעט ביז צום האַלדז, און גאָלפֿן [turtlenecks], האַלטן אַ סך מענטשן אַז זי איז אַ פֿרומע ייִדישע טאָכטער — ביז זיי דערוויסן זיך, אַז ס׳איז נישט אַזוי:
איך טו זיך נישט אָן לויט רעליגיעזע תּקנות, נאָר לשם באַקוועמלעכקייט און פּראַקטישקייט. אַליין בין איך אַ שטיקל „קלאָץ‟, וויל איך דערפֿאַר טראָגן קליידער וואָס — טאָמער פֿאַל איך איבער די פֿיס — וועט קיינער נישט קענען זען וואָסער קאָליר זענען מײַנע מײַטקעס!
ס׳איז אויך אַ מחיה, וואָס איך קען אין ביוראָ אויסטאָן מײַן סוועטער און קיינער וועט נישט זען דעם קאָנטור פֿון מײַנע ברוסטן.
ס׳קען זײַן אַז מײַן באַשלוס צוצודעקן דעם גוף הייסט אַז איך בין „פֿראַמפּי‟ [אַלטמאָדיש אָנגעטאָן], אָבער נעמענדיק אין באַטראַכט אַז דער פּרעזידענט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן קען נישט פֿאַרטראָגן „פֿראַמפּי‟ פֿרויען, בין איך דווקא צופֿרידן אַז איך בין נישט צווישן יענע פֿרויען, וואָס ער וויל יאָ אָנקוקן.
דער פֿענאָמען, אין וועלכן סעקולערע פֿרויען מיט לאַנגע קליידער מאַכן דעם אײַנדרוק אַז זיי זענען פֿרומע, איז מיר פּערזענלעך אויך נישט קיין חידוש. הײַנט, למשל, האָב איך געטראָגן צו דער אַרבעט אַ לאַנג, לויז קלייד מיט אַ גאָלף, און אַז כ׳האָב געגעבן אַ קוק אין שפּיגל, בין איך שוין אַליין נישט געווען זיכער וועגן מײַן ניוואָ פֿון פֿרומקייט…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.