נײַע רובריק באַשרײַבט די הײַנטיקע ייִדיש־וועלט

New Column on New York's Yiddish Scene

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 09, 2017, issue of June 29, 2017.

רחל קפֿריסין
רחל קפֿריסין

אין די אַמעריקער צײַטונגען איז שוין מער ווי 100 יאָר גאַנץ פּאָפּולער די אַזוי־גערופֿענע „געזעלשאַפֿטלעכע רובריק‟, אין וועלכער אַ שרײַבער צי שרײַבערין דערציילט וועגן געזעלשאַפֿטלעכע געשעענישן און די מענטשן, מיט וועמען ער אָדער זי טרעפֿט זיך אויף זיי. זייער אָפֿט גיבן די באַריכטן איבער מער אינפֿאָרמאַציע דווקא וועגן די באַרימטע פּערזענלעכקייטן וואָס מע זעט אויף די אויסגעפּוצטע פֿאָרקומענישן ווי אינפֿאָרמאַציע וועגן די פֿאַרשידענע גאַלאַ־אָוונטן, באַלן און אויסשטעלונגען אַליין.

לעצטנס האָט דער אינטערנעץ־זשורנאַל Tablet לאַנצירט אַ נײַע רובריק פֿון רחל קפֿריסין אינעם סטיל פֿון אַ „געזעלשאַפֿטלעכער רובריק‟ וועגן דער הײַנטיקער ייִדיש־וועלט אין ניו־יאָרק. צוליב דעם, אָבער, וואָס עס גייט קפֿריסינען אַ סך מער אָן די קולטורעלע געשעענישן אַליין ווי וואָס פֿאַר אַ קלייד מע טראָגט אויף זיי, איז די רובריק אויף אַ סך אַ העכערן ניוואָ ווי, למשל, די זעקסטע זײַט פֿונעם „דיילי ניוז‟.

קפֿריסין פֿירט שוין לאַנגע־יאָרן אָן מיט אַ בלאָג, אין וועלכן זי פֿאַרדאַמט מיט אירע שאַרפֿע ווערטער די פֿאַרשידענע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און פּובליקאַציעס, וואָס זי האַלט אַז זיי שרײַבן נאַרישקייטן וועגן ייִדיש אָדער וועגן אַמעריקאַנער ייִדן בכלל. צווישן די אָפֿטע צילן פֿון אירע בלאָגפּאָסטן איז דער זשורנאַליסט דזשאָו בערגער, וואָס האָט במשך פֿון 30 יאָר געשריבן אין דער „ניו־יאָרק־טײַמס‟ איין אַרטיקל נאָך אַנאַנד וועגן דעם, אַז ייִדיש וועט אָט־אָט שטאַרבן. קפֿריסין האָט אַפֿילו געשאַפֿן אַ גאַנצע סיסטעם פֿון באַשרײַבן דעם זשאַנער פֿון אַזעלכע „אָט אָט שטאַרבט ייִדיש‟ אַרטיקלען.

ביז אַהער זענען די אַרטיקלען פֿאַר איר רובריק אין „טאַבלעט‟ ניט אַזוי שאַרף ווי אירע בלאָגפּאָסטן אָבער די ליבהאָבער פֿון ייִדיש וועלן סײַ ווי סײַ געפֿינען אַ סך אינפֿאָרמאַציע דאָרטן וועגן די הײַנטיקע געשעענישן אויף דער ייִדישער גאַס, ווי אויך באַשרײַבונגען פֿון די לעבעדיקע פּערזענלעכקייטן מיט וועמען מע וועט אויף זיי באַגעגענען. אָבער, ניט, וואָס פֿאַר אַ מין קלייד עס טראָגן די גרויסע פֿילם־שטערן.

דעם רובריק „רחלס גאָלדענע שטאָט‟ קען מען לייענען דאָ: //www.tabletmag.com/jewish-arts-and-culture/235227/rokhls-golden-city.