בערלין, שטיפֿמאַמע פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור

Berlin, Stepmother of Modern Jewish Culture


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published June 11, 2017, issue of June 29, 2017.

דער רוסישער דיכטער װלאַדיסלאַװ כאָדאַסעװיטש האָט אָנגערופֿן בערלין „די שטיפֿמוטער פֿון רוסישע שטעט”. אין די 1920ער יאָרן איז די הױפּטשטאָט פֿון דער דײַטשישער „װײַמאַרער” רעפּובליק געװאָרן אױף אַ װײַלע אַ װיכטיקער צענטער אי פֿון דער רוסישער אי פֿון דער ייִדישער עמיגראַציע פֿון מיזרח־אײראָפּע. די דאָזיקע סבֿיבֿות האָבן געהאַט אַ סך בשותּפֿות. למשל, כאָדאַסעװיטש האָט איבערגעזעצט לידער פֿון די העברעיִשע דיכטער חיים נחמן ביאַליק און שאול טשערניכאָװסקי. 

בערלין װי אַ צענטער פֿון דער פֿילשפּראַכיקער ייִדישער קולטור איז שױן לאַנג געװאָרן אַ פּאָפּולערע טעמע פאַר היסטאָרישער און ליטעראַרישער פֿאָרשונג. די געשטאַלט פֿונעם קאָסמאָפּאָליטישן מעטראָפּאָל, װוּ דיכטער, קינסטלער און קריטיקער פֿאַרברענגען לאַנגע שעהען שמועסנדיק אין קאַפֿע־הײַזער האָט אַ געװיסן כּישוף פֿאַר דער הײַנטיקער ייִדישער אינטעליגענץ. עס איז דאָ אַ געמיש פֿון נאָסטאַלגיע, רחמנות, אַנטציקונג און נײַגער. לױט דער היסטאָרישער מאָס, איז דער צײַטאָפּשניט פֿונעם ייִדישן אױפֿבלי אין בערלין געװען גאַנץ קורץ — קנאַפּע צענדליק יאָר. בערלין איז געװען דאָס לעצטע אָרט אין אײראָפּע, װוּ די ייִדישע ליטעראַטור, קונסט און טעאַטער האָבן נאָך עקזיסטירט אין אַ פֿילשפּראַכיקן אחדות. דערנאָך זײַנען ייִדישע קינסטלער און ליטעראַטן געגאַנגען אין פֿאַרשידענע דרכים, װער קײן מיזרח, אין פּױלן און סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, װער מעבֿר־לים קײן אַמעריקע, װער קײן ארץ־ישׂראל, און אײניקע זײַנען טאַקע פֿאַרבליבן אין דײַטשלאַנד.

די פֿיר העלדן פֿון רחל זעליקס שטודיע „די פֿרעמדע אין בערלין׃ די מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור צװישן מיזרח און מערבֿ” געהערן צו אָט דעם דאָזיקן קולטורעלן שטײגער. דער דײַטשיש־ייִדישער מחבר לודװיג שטראַוס און דער ייִדישער און העברעיִשער דיכטער אורי־צבֿי גרינבערג האָבן אױסגעקליבן ארץ־ישׂראל; דער ייִדישער דיכטער משה קולבאַק האָט זיך געלאָזט קײן װילנע און פֿון דאַנעט װײַטער קײן סאָװעטישן מינסק, בעת די דײַטשישע דיכטערין גערטרוד קאָלמאַר האָט פֿאַרבראַכט איר גאַנץ לעבן אין בערלין. קולבאַק און קאָלמאַר זײַנען אומגעבראַכט געװאָרן דורך סטאַלינס און היטלערס רעזשימען, אָבער שטראַוס און גרינבערג האָבן געמאַכט הצלחהדיקע קאַריערעס אינעם ייִדישן לאַנד.

אָבער זעליקס כּװנה איז ניט צו דערװײַזן, אַז די עליה איז געװען די אײנציקע ישועה פֿונעם אײראָפּעיִשן גלות. זי קוקט אַרײַן דװקא אין דער בערלינער תּקופֿה, כּדי צו צו אַנטפּלעקן די השפּעה פֿון דער שטאָט אױפֿן שעפֿערישן כּוח־הדמיון פֿון אַלע פֿיר דיכטער. זײ אַלע, האַלט זעליק, האָבן דורכגעמאַכט אין בערלין סײַ אַ קינסטלערישן סײַ אַ פּאָליטישן גילגול. בערלין איז געװען אַ מין שעפֿערישע שװעל, אַ צײַטװײַליקע הײם, פֿון װאַנען “יעדער אײנער האָט געמוזט שטעלן זיך אױג־אױף־אױג מיט דער פֿראַגע פֿון אַ הײמלאַנד”. 

קולבאַק האָט פֿאַרבראַכט אין בערלין אַ פּאָר יאָר און אָנגעשריבן דאָרט אַ היפּשע צאָל װיכטיקע לידער. אָבער די שטאָט גופֿא האָט ניט איבערגעלאָזט קײן דירעקטע שפּורן אין זײַן דיכטונג פֿון יענער צײַט. אַנשטאָט בערלין האָט קולבאַק באַזונגען די הײמישע לאַנדשאַפֿטן פֿון רײַסן. די דאָזיקע לידער שפּיגלען אָפּ זײַנע זוכונגען נאָך אײגנאַרטיקע אימאַזשן און שפּראַכמיטלען. קולבאַק שעפּט זײַן דיכטערישע יניקה פֿונעם סלאַװישן פֿאָלקלאָר, פֿון חסידות און קבלה, װי אױך פֿון דער מיטצײַטלערישער רוסישער פּאָעזיע. זײַנע העלדן זײַנען פּשוטע ייִדן, װאָס װאַנדערן איבער די פֿעלדער און װעלדער פֿון רײַסן און ליטע. 

אָבער דאָס איז ניט קײן לאַנד, װאָס מען קאָן געפֿינען אױף דער מאַפּע, טענהט זעליק. דאָס איז „אַ מיטאָלאָגיזירטער רױם, װאָס געהערט צו דער מענטאַלער מאַפּע פֿונעם ייִדישן זיכּרון”. אױף דעם לאָזט זיך מען מסתּמא ענטפֿערן, אַז קולבאַקס טאָפּאָגראַפֿיע פֿון װײַסרוסישע שטעטלעך און לאַנדשאַפֿטן איז גאַנץ קאָנקרעט. פֿאַר זײַנע לאַנדסלײַט איז דער דאָזיקער רױם טאַקע געװען אױף דער געאָגראַפֿישער מאַפּע׃ די טײַכן װיליע און נעמאַן, דאָס שטעטל קאָבילניק, די היסטאָרישע שטאָט קרעװע, װוּ מען האָט געשלאָסן דעם בונד צװישן פּױלן און ליטע.

גרינבערג איז געקומען קײן בערלין פֿון אַן אַנדערן ייִחוס און מיט אַן אַנדער פּערזענלעכער געשיכטע. אַ גאַליציאַנער חסיד, האָט ער בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה אָפּגעדינט דרײַ יאָר אין דער עסטרײַכישער אַרמײ אױפֿן באַלקאַנער פֿראָנט. די דאָזיקע דערפֿאַרונג האָט שטאַרק באַװירקט אי זײַן פּערזענלעכקײט אי זײַן פּאָעזיע. דװקא אין סערביע און באָסניע קאָן מען געפֿינען װאָרצלען פֿון זײַן דיכטערישן און פּאָליטישן ראַדיקאַליזם. קײן בערלין איז ער געקומען פֿון װאַרשע, װוּ זײַנע לידער האָבן אַרױסגערופֿן אַ סקאַנדאַל׃ מען האָט אים באַשולדיקט אין חילל־השם לגבי קריסטנטום. אין בערלין האָט זיך גרינבערג צעשיידט מיטן „מלכות פֿון צלם” און מיט ייִדיש, און האָט מודיע געװען זײַן איבערגאַנג צו העברעיִש. אָבער דאָס איז ניט געװען  קײן שאַרפֿער איבעררײַס, נאָר אַ דיאַלעקטישער „שעפֿערישער איבערגאַנג”, פֿאַרסך־הכּלט זעליק אין איר אַנאַליז.

אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען באַהאַנדלען היסטאָרישע טעמעס, אָבער דער אױסקלײַב און די אױסטײַטשונג פֿונעם היסטאָרישן מאַטעריאַל שפּיגלען אָפּ הײַנטיקע אינטערעסן און דאגות. רחל זעליק, אַזױ װי אַנדערע פֿאָרשער פֿון איר דור אין אַמעריקע, אײראָפּע און ישׂראל, פּרוּװט צונױפֿצושטוקעװען דעם צעבראָכענעם בנין פֿון דער אַמאָליקער פֿילשפּראַכיקער ייִדישער קולטור. בערלין איז געװען דער לעצטער אָרט, װוּ דער דאָזיקער בנין איז נאָך געװען אַ גאַנצער.