מײַקל סטײַנהאַרט האָט שוין אַרײַנגעבראָקט מיליאָנען דאָלאַרן אין פּראָיעקטן פֿאַר אַמעריקאַנער ייִדן, נאָר קיין אָנהענגער פֿונעם אַמעריקאַנער נוסח פֿון ייִדישקייט איז ער דווקא נישט.
דער העדזשפֿאָנד־ביליאָנער, וואָס איז געוואָרן אַ מעגאַפֿילאַנטראָפּ, איז גוט באַקאַנט ווי דער גרינדער פֿון „תּגליתּ/געבורטרעכט־ישׂראל“ — די צענטאָגיקע נסיעה קיין ישׂראל פֿאַר יונגע ייִדן. ער האָט אויך געשאַפֿן אַ נעץ פֿון מלוכיש געשטיצטע העברעיִש־שפּראַכיקע טשאַרטערשולן. זײַן נײַסטע אונטערנעמונג: אַ מוזיי פֿון נאַטור־וויסנשאַפֿט אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט מיט אויסשטעלונגען וועגן פֿלאָרע און פֿאַונע פֿון ישׂראל און דעם מיטעלן מיזרח.
אין דעם ווײַטערדיקן אינטערוויו רעדט ער וועגן דעם ווי די אַמעריקאַנער ייִדישע דערציִונג מוז זיך בײַטן, און ווי מע מוז אָנהאַלטן אַ פֿאַרבינדונג מיט די הונדערטער טויזנטער יונגע לײַט וואָס האָבן זיך שוין באַטייליקט אין „געבורטרעכט‟, און נאָך וויכטיקער — ווי מע קען פֿאַרטיפֿן זייער באַגײַסטערונג מיט ישׂראל און ייִדישע אידענטיטעט.
ייִט״אַ: איר האָט שוין אַ סך גערעדט וועגן דעם אַז דער אַמעריקאַנער ייִדישער ציבור דאַרף שטיצן די סעקולערע ייִדישע קולטור. איז דאָס דער צוועק פֿון די טשאַרטערשולן?
סטײַנהאַרט: צוליב דעם וואָס די טשאַרטערשולן זענען אָפֿן פֿאַר אַלעמען האָבן זיי געוויינטלעך נישט מער ווי פֿופֿציק פּראָצענט ייִדישע סטודענטן. פֿון דעסטוועגן לערנען זיי דאָרט העברעיִש אַ סך בעסער ווי אין די ייִדישע טאָגשולן, און אויך אַ סך וועגן ישׂראל און ציוניזם, אָבער גאָרנישט וועגן דער ייִדישער רעליגיע.
ייִט״אַ: ווי איינער וואָס האָט זיך עפֿנטלעך באַצייכנט ווי אַן אַטעיִסט, איז אײַך ליבער אַזוי?
סטײַנהאַרט: איך האַלט באמת, אַז בײַם לערנען די ייִדישע געשיכטע זאָל מען זיך אָפּגעבן אַ סך מער מיט די לעצטע 300 יאָר, ווען די ייִדן האָבן באמת אַ סך אויפֿגעטאָן, נישט געקוקט אויף זייער קליינער פּראָפּאָרציע אין דער געזעלשאַפֿט. די ייִדישע שולן זענען טאַקע אַדורכגעפֿאַלן אין דעם וואָס מע הייבט דאָס אַפֿילו נישט אַרויס.
ייִט״אַ: ישׂראל ווערט אויך אַלץ מער רעליגיעז, און איר האָט נישט איין מאָל קריטיקירט איר רעגירונג און געשעפֿטסוועלט. פֿאַר וואָס האַלט איר אַזוי פּאָזיטיוו וועגן ישׂראל ווען סע האָט דאָך די זעלבע חסרונות וואָס איר קריטיקירט בײַ אַמעריקאַנער ייִדן?
סטײַנהאַרט: דער גרויסער נס פֿון מדינת־ישׂראל אינעם צוואָנציקסטן יאָרהונדערט איז דווקא איר סעקולערקייט. די אויסערגעוויינלעכע אויפֿטוען, די טעכנאָלאָגיע, דאָס מיליטער, דאָס שאַפֿן אַ געזעלשאַפֿט פֿון גאָרנישט, ניצנדיק ציוניסטישע אידעאַלן; דאָס ברענגען ייִדן פֿון שרעקלעכע ערטער און מאַכן זיי פֿאַר ישׂראלישע בירגער. ישׂראל איז פֿאַר מיר געוואָרן דער בימקום פֿאַר דער רעליגיע.
ייִט״אַ: זאָרגט איר זיך אַז די סעקולערע געזעלשאַפֿט איז שוין נישט אַזוי שטאַרק אין ישׂראל ווי מיט פֿערציק יאָר צוריק?
סטײַנהאַרט: דער רובֿ־מנין־ורובֿ־בנין פֿון די מענטשן וואָס איך קען אין ישׂראל זענען סעקולערע. כאָטש איך קריטיקיר געוויסע זאַכן וועגן ישׂראל איז די מדינה, האַלט איך, די סאַמע מאָראַלישסטע אויפֿן פּלאַנעט, נישט געקוקט אויף דער אָקופּאַציע, אויף די אונטערשיידן צווישן אָרעם און רײַך, און אַנדערע ענינים. ס׳איז באמת אַן אויסערגעוויינטלעך אָרט.
ייִט״אַ: העכער אַ האַלבער מיליאָן יונגע ייִדן זענען שוין געפֿאָרן אויף אַ „געבורטרעכט‟־נסיעה, נאָר ווען זיי קומען אַהיים ווערן זיי אַרײַנגעצויגן אין יענע ייִדישע אינסטיטוציעס וואָס איר קריטיקירט. איז דאָס אַ פּראָבלעם?
סטײַנהאַרט: דער אמת איז אַז, זיי ווערן דווקא נישט אַרײַנגעצויגן אין יענע אינסטיטוציעס. מיר אַליין מוזן שאַפֿן פּראָגראַמען פֿאַר די באַטייליקטע, נאָך דעם ווי זיי קומען אַהיים. איין אָרגאַניזאַציע וואָס מיר האָבן פֿאַרלייגט — „איין טיש“ — העלפֿט בײַם פּלאַנירן שבת־וועטשערעס פֿאַר די יונגע לײַט און טוט בכלל אויף אַ גוטע אַרבעט. אַנדערע אָרגאַניזאַציעס זענען נאָך מער געראָטן. אָבער ס׳איז טאַקע אַ שווערער ענין. צווישן 60 און 70 פּראָצענט פֿון ייִדן האָבן חתונה מיט נישט־ייִדן, מע גייט אַלץ ווייניקער אין שיל אַרײַן אאַז״וו. נישטאָ קיין לײַכטע ענטפֿערס, אָבער דער בעסטער ענטפֿער ביז איצט איז „געבורטרעכט‟. איך האַלט, אַז ס׳האָט אַזש געראַטעוועט אַ גאַנצן דור.
ייִט״אַ: אָבער לויט געוויסע באַריכטן איז לעצטנס אויך געפֿאַלן די צאָל מענטשן וואָס פֿאַרשרײַבן זיך אויף „געבורטרעכט‟, און מע נעמט איצט אַפֿילו אָן מיטלשול־סטודענטן וואָס זענען שוין פֿריִער געווען אויף אַן אָרגאַניזירטער נסיעה קיין ישׂראל, כאָטש לחתּלילה האָט עס געזאָלט זײַן בלויז פֿאַר אָפּגעפֿרעמדטע ייִדן. פֿאַר וואָס מיינט איר געשעט דאָס?
סטײַנהאַרט: נו, די הײַיאָריקע ציפֿערן שלאָגן דווקא אַ רעקאָרד. אמת, מיר האָבן טאַקע נישט די לאַנגע וואַרט־רשימות וואָס אַ מאָל. אָבער „געבורטרעכט‟ איז שוין געוואָרן אַזאַ אינסטיטוציע, אַז אַ גרויסער פּראָצענט פֿון 18־26־יעריקע ייִדן פֿאָר אויף די נסיעות. כאָטש אַ סך פֿון זיי קומען אַהיים און זאָגן: „מײַן לעבן האָט זיך ממש געביטן אַ דאַנק דער רײַזע“, פֿאַרשטיי איך אַליין אַז צען טעג אין ישׂראל קען נישט איבערמאַכן אַ גאַנץ לעבן. האָט די נסיעה זיי באמת געביטן? ווער ווייסט…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.