רעפֿעראַט פֿון מרים יודל וועגן שלום־עליכם און יצחק באַשעוויס־זינגער

Lecture by Miriam Udel on Sholem Aleichem and Isaac Bashevis Singer


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 14, 2017, issue of June 29, 2017.

אַז מע באַטראַכט די ווערק פֿון שלום־עליכם און יצחק באַשעוויס־זינגער קלערט מען געוויינטלעך ניט וועגן קיין סך ענלעכקייטן, אַחוץ דעם וואָס זיי זענען די סאַמע־באַקאַנטסטע ייִדישע שרײַבער בײַ מענטשן וואָס לייענען ניט קיין ייִדיש. כאָטש ביידע זענען באַקאַנט פֿאַר זייער חוש פֿאַר הומאָר און ביידע האָבן אָפֿט געשריבן זייער פֿינצטערע און טראַגישע דערציילונגען, פֿאַרמאָגן אָפֿט באַשעוויס׳ ווערק אַ פּסיכאָלאָגישן און סעקסועלן עלעמענט, וואָס איז בײַ שלום־עליכם בכלל ניטאָ.

אין אַ רעפֿעראַט „שווינדלערײַען און פֿאַרפֿירונגען: די אינטערעסאַנטע נאָענטשאַפֿט צווישן שלום־עליכם און יצחק באַשעוויס־זינגער‟, וואָס וועט פֿאָרקומען דעם 5טן יולי, אין דער „מיטן־מאַנהעטענער ביבליאָטעק‟, וועט ד׳׳ר מרים יודל, אַ פּראָפֿעסאָרשע פֿון ייִדישע שטודיעס אין „עמאָרי־אוניווערסיטעט‟, דערקלערן פֿאַר וואָס זי האַלט, אַז דווקא אָט דער סעקסועלער עלעמענט פֿון באַשעוויס׳ ווערק האָט אַ יאָ אַ שײַכות צו שלום־עליכמס ווערק. יודל מיינט אַז ביידע שרײַבער האָבן קריטיקירט אַספּעקטן פֿון דער מאָדערניטעט דורכן פֿאָרשטעלן אָפּנאַרערײַ ווי אַן אופֿן פֿון שילדערן אַ בײַטנדיקע וועלט, וווּ עס פֿעלט אויס ערלעכקייט; סײַ אינעם פֿרומען, סײַ אינעם פֿרײַען זין פֿון וואָרט.

שלום־עליכם באַשרײַבט ווי מענטשן באַשווינדלען זײַנע העלדן (בפֿרט מנחם־מענדל), און באַשעוויס ווײַזט עס דורך ראָמאַנטישע פֿאַרפֿירונגען. אין ביידע פֿאַלן זעט מען ווי דער שרײַבער קריטיקירט אַ נײַע וועלט, וווּ עס איז ניט פֿאַראַן גענוג יושר און גערעכטיקייט.

דער רעפֿעראַט, וואָס ווערט אײַנגעאָרדנט דורך דער ייִדישער אָפּטיילונג פֿון דער ניו־יאָרקער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק „דורות‟, וועט פֿאָרקומען מיטוואָך, דעם 5טן יולי, 6:30 אין אָוונט בײַ דער „מיטל־מאַנהעטנער ביבליאָטעק‟ אויף דער פֿינפֿטער עוועניו. דער רעפֿעראַט איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל. נאָך אינפֿאָרמאַציע: https://www.nypl.org/events/programs/2017/07/05/swindles-and-seductions-curious-affinity-sholem-aleichem-and-isaac.