אויסשטעלונג: די השפּעה פֿון פּלאַטעס אױף דער ייִדישער קולטור

Exhibit: How Record Albums Influenced Jewish Culture


פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published June 18, 2017, issue of June 29, 2017.

עס האָט זיך שוין געטראָפֿן בײַ מיר אין קלאַס בײַם לערנען, אַז אַ סטודענט האָט נישט פֿאַרשטאַנען וואָס דאָס איז אַזוינס אַ פּלאַטע (אויך באַקאַנט ווי אַ דיסק, אַ פּלאַסטינקע). אין עטלעכע יאָר וועט מען שוין אויך נישט וויסן וואָס דאָס הייסט אַ קאָמפּאַקטל.

די טעכנאָלאָגיע אַנטוויקלט זיך גאָר גיך, אָבער ווען מע גיט אַ טראַכט, זעט מען אַז אַמאָל איז די אַנטוויקלונג נישט אַזוי גיך: במשך פֿון הונדערט יאָר האָט די וועלט זיך צוגעהערט צו פּלאַטעס. בײַם אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט האָבן די פּלאַטעס זיך געדרייט 78 מאָל אַ מינוט, און נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, 33 מאָל אַ מינוט. די מוזיק וואָס מע האָט געהערט אויף די פּלאַטעס איז געוואָרן אַ זײַל פֿון דער פּאָפּולערער קולטור.

אַן אויסשטעלונג אינעם ייִדישן מוזיי אין האָהענעמס, עסטרײַך אונטערן נאָמעןjukebox/jewbox!: A Jewish Century on Shellac and Vinyl האָט אויסגעפֿאָרשט ווי די פּלאַטעס און די קלאַנגען וואָס מע האָט געהערט אויף זיי זענען אַרײַנגעדרונגען אין דער ייִדישער קולטור.

בײַם סוף פֿונעם 19טן יאָרהונדערט האָט אַ דײַטש־ייִדישער אימיגראַנט אין אַמעריקע, עמיל בערלינער, אויסגעטראַכט דעם פּלאַטע־גראַמאַפֿאָן און די פּלאַטע. די אַנטוויקלונג האָט דערמעגלעכט, אַז אין יעדער היים, זאָל מען קענען דירעקט הערן מוזיק, טעאַטער, דרשות, תּפֿילות, קאָמעדיע און נאָך און נאָך. אין גיכן האָט זיך געשאַפֿן אַ ייִדישער מאַרק פֿאַר די פּלאַטעס. אין דער אויסשטעלונג און אינעם קאַטאָלאָג וואָס איז אַרויס מיט דער אויסשטעלונג האָט מען צוזאַמענגענומען בילדער פֿון ייִדישע פּלאַטעס פֿון יעדן זשאַנער: סײַ פֿון דער אַשכּנזישער, סײַ פֿון דער אַראַביש־ייִדישער און ספֿרדישער טראַדיציע.

אָבער בעצם איז דאָס נישט קיין קאַטאָלאָג, גיכער אַן אַנטאָלאָגיע עסייען פֿון קריטיקער וועגן דער השפּעה פֿון די ייִדישע פּלאַטעס אויף זייער לעבן. פֿאַר וואָס אַזאַ אויסשטעלונג און בוך? דער רעדאַקטאָר האַנאָ לעווי הייבט אַרויס דעם פֿאַקט, וואָס אַ דאַנק דער דיגיטאַליזאַציע, ווערן די פּלאַטעס, די קלאַנגען און קונסט פֿאַרבונדן מיט זיי, אַ טייל פֿון דער געשיכטע פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.

לעווי פֿרעגט אויך, וואָס הייסט אַ ייִדישע פּלאַטע? צי דאַרף דאָס זײַן אויף אַ ייִדיש לשון? דער מוזיקאָלאָג אַבֿרהם־צבֿי אידעלסאָן האָט אַ מאָל געשריבן, אַז ייִדישע מוזיק איז „מוזיק געשאַפֿן פֿון ייִדן פֿאַר ייִדן”, אָבער לעווי טענהט, אַז אַזאַ שמאָלע דעפֿיניציע טויג נישט, ווען מע קוקט אויף די פֿאַרשיידענע מינים פּלאַטעס וואָס די אויסשטעלונג נעמט אַרײַן. עס פּאַסט גיכער די ברייטערע דעפֿיניציע — אויב דער קינסטלער איז אַ געווען אַ ייִד האָט ער געשאַפֿן ייִדישע מוזיק.

די עסייען זענען, דער עיקר, אויטאָביאָגראַפֿישע, אָבער מע האָט נישט פֿאַרגעסן איבערצוגעבן אַ ביסל געשיכטע וועגן דעם אָנהייב פֿון דער באַציִונג צווישן ייִדן און די פּלאַטעס. טאָמאַס עדיסאָן האָט אַנטוויקלט דעם ערשטן גראַמאָפֿאָן, אָבער זײַנע מאַשינען האָבן געשפּילט צילינדערס, נישט די פֿלאַכע פּלאַטעס.

דער פֿריִער דערמאָנטער עמיל בערלינער האָט אויפֿגעשטעלט זײַן אייגענע לאַבאָראַטאָריע אין ניו־יאָרק און איז געווען דער ערשטער צו מאַכן פּלאַטעס פֿון שעלאַק. בערלינער האָט פֿאַרלײגט אַ גראַמאָפֿאָן־פֿירמע אין אַמעריקע אין 1893 און זײַן ברודער האָט געגרינדעט אַן ענלעכע פֿירמע אין דײַטשלאַנד אין 1898. די שטאָט האַנאָווער איז געוואָרן דער צענטער פֿון דער פּלאַטע־אינדוסטריע אין אייראָפּע.

אויך די קונסט פֿון די פּלאַטעס האָט אַ ייִד אַנטוויקלט. אַ ברוקלינער, אַלעק שטיינווײַס, וועלכער האָט געאַרבעט אין „קאָלומביע־רעקאָרדס” איז געווען דער ערשטער וואָס האָט געמאָלן די שיינע הילעס און קאָנווערטן וועלכע האָבן געהאַלטן די פּלאַטעס.

אין דעם בוך jukebox/jewbox, וואָס איז אַרויסגעגעבן געוואָרן פֿונעם ייִדישן מוזיי אין האָהענעמס, עסטרײַך, שרײַבן די מחברים וועגן זייערע פּערזענלעכע איבערלעבונגען מיט פּלאַטעס. ארי ראָט דערצײלט װעגן דעם פּאָפּולערן זינגער יאָזעף שמידט; לאה בידערמאַן ־ וועגן דעם ליד „מײַן שטעטעלע בעלז”; וויליאַם פֿרענקלין ־ וועגן דעם חזן יאָסעלע ראָזענבלאַט, און רעניי זוואַאַפּ ־ וועגן לעאָ פֿולד און דעם ליד „מזל”.

דער „ייִדישער היסטאָרישער מוזיי” אין וואַרשע האָט צוזאַמענגעשטעלט זײַן אייגענעם נוסח פֿון דער עסטרײַכער אויסשטעלונג, און אין 2017 אַרויסגעגעבן אַ בוך אויף פּויליש און ענגליש:

Szafa grajaca! Zydowskie stulecie na szelaku i winylu

די רעדאַקטאָרשעס זענען תּמרה שיטמאַ און מאַגדאַלענאַ פּראָקאָפּאָוויטש. דער באַנד נעמט אַרײַן אַ גאָר פּרטימדיקע געשיכטע פֿון די ייִדן אין דער פֿאַר־מלחמהדיקער פּלאַטע־אינדוסטריע געשריבן פֿון טאָמאַש לערסקי. אין פּוילן, ווי באַקאַנט, האָבן די ייִדן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער אַלגעמיינער פּאָפּולערער פּוילישער קולטור.

געוויסע עסייען באַהאַנדלען די געשיכטע פֿון ייִדישער מוזיק אויך נאָכן חורבן. עלעאַנאָר שאַפּיראָ שרײַבט אויף דער טעמע, און אַנאַ ראָזענפֿעלד דערקלערט װעגן די מעגלעכקייטן צו שאַפֿן נײַע קונסט ניצנדיק די אַלטע פּלאַטע־קלאַנגען.

ביידע בענד זענען שיין אַרויסגעגעבן מיט אַ סך פֿײַנע בילדער פֿון די אַלטע פּלאַטעס. צוזאַמענגענומען זענען זיי אַ גאָר וויכטיקער אויפֿטו אין דער פֿאָרשונג פֿון דער פּאָפּולערער ייִדישער קולטור.