די ערשטע װיסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען פֿון דער ייִדישער גראַמאַטיק האָבן זיך באַװיזן ערשט צום סוף נײַנצנטן יאָרהונדערט. ביז דעמאָלט האָט מען גערעדט און געשריבן ייִדיש אָן שום פֿאָרמעלע כּללים. די היטער פֿון דער קאָרעקטער גראַמאַטיק און דעם רײנעם סטיל פֿון ייִדיש זײַנען געװען שרײַבער, זשורנאַליסטן, רעדאַקטאָרן און זעצער פֿון ייִדישע צײַטונגען און פֿאַרלאַגן.
ערשט אין די 1920ער יאָרן האָבן ייִװאָ און די סאָװעטישע אַקאַדעמישע אַנשטאַלטן זיך אונטערגענומען אױסצואַרבעטן נאָרמאַטיװע כּללים פֿאַר גראַמאַטיק און אױסלײג. אָבער היות װי זײ האָבן ניט געהאַט קײן פֿולמאַכט פֿאַר מאַכן די דאָזיקע כּללים אָבליגאַטאָריש איבער דעם גאַנצן ייִדישן גלות, איז דאָס לשון פֿאַרבליבן אָן שום אַלגעמײנעם גראַמאַטישן סטאַנדאַרט.
װי עס באַמערקן די רעדאַקטאָרן פֿונעם זאַמלבאַנד „שפּראַך־סטרוקטורן פֿון ייִדיש”, פּראָפֿעסאָרן מאַריאָן אַפּטראָט און ביערן האַנסען, איז ייִדיש אַ „ספּעציעל אינטערעסאַנטע שפּראַך פֿאַר פֿאָרשן אין שײַכות מיט שפּראַכלעכע ענדערונגען און שפּראַכלעכע קאָנטאַקטן‟. די זאַמלונג איז אַרױס אין דער אַקאַדעמישער סעריע „עמפּירישע צוגאַנגען צו שפּראַכלעכער טיפּאָלאָגיע”, און איז כּולל צען אַרטיקלען, װאָס באַהאַנדלען ייִדיש ניט פֿון אַ נאָרמאַטיװן, נאָר פֿון אַן עמפּירישן שטאַנדפּונקט. הײַנטיקע לינגװיסטן האָבן באַקומען זײער אַ מעכטיקע דיגיטאַלישע כּלי פֿאַר שפּראַך־פֿאָרשונג. די קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיעס לאָזן האַלטן אינעם עלעקטראָנישן זכּרון אַ ריזיקן פֿאַרנעם פֿון כּלערלײ לינגװיסטישער אינפֿאָרמאַציע, װאָס דינט װי אַ חומר פֿאַר פֿאַרשידענע פֿאָרשערישע פּראָיעקטן. דער ייִדישער שפּראַכקאָרפּוס איז נאָך ניט אַזױ אַרומנעמיק װי די קאָרפּוסן פֿאַר אַנדערע, „מלוכישע” שפּראַכן װי ענגליש אָדער דײַטשיש, אָבער ער איז רײַך גענוג פֿאַר אינטערעסאַנטע פֿאָרשונגען.
דרײַ קאַפּיטלען באַהאַנדלען ייִדיש צװישן די חסידים הײַנט־צו־טאָג. די חסידישע קהילה איז אינטערעסאַנט פֿאַר פֿאָרשער װײַל זײ זײַנען די אײנציקע, װאָס רעדן ייִדיש װי זייער מאַמע־לשון. אין ישׂראל זײַנען די חסידים כּסדר צװײ־שפּראַכיק, מיט ייִדיש װי די אינערלעכע שפּראַך אין זײער קהילה און עבֿרית װי די שפּראַך פֿון דער אַרומיקער געזעלשאַפֿט. בײַ די ישׂראלדיקע חרדים זײַנען פֿאַראַן צװײ פֿאַרשידענע דיאַלעקטן פֿון ייִדיש. דער ירושלימער דיאַלעקט באַזירט זיך אױפֿן ליטװישן, צפֿון־מיזרחדיקן ייִדיש, בעת דער חסידישער ייִדיש שטאַמט פֿון די גאַליציאַנער און אונגאַרישע דיאַלעקטן.
נטע אַבוגאָװ און דורית רבֿיד אַנאַליזירן אין זײַער אַרטיקל די פֿאָרמען פֿון מערצאָל בײַ דער חסידישער קהילה אין נתניה. לינגװיסטיש איז דער דאָזיקער ענין אינטערעסאַנט װײַל ייִדיש האָט צװײ מינים מערצאָל־פֿאָרמען, די גערמאַנישע און די העברעיִשע. אָבער אין דער חסידישער סבֿיבֿה האָט מען געשאַפֿן אײגענע מערצאָל־פֿאָרמען, װאָס שטימען ניט מיט דער גראַמאַטישער נאָרמע. מען נוצט די מערצאָל־פֿאָרמע פֿאַר דימינוטיװ „־לעך” פֿאַר ניט־דימינוטיװע סובסטאַנטיװן, װי למשל, „פֿיש/פֿישעלעך” אָדער „בלים/בלימעלעך”. אַ סבֿרה, קומט עס פֿון דער קינדערשפּראַך. די עלטערן װערן צוגעװױנט צו רעדן מיט קינדער און נוצן דערבײַ אַ סך דימינוטיװן, און דערנאָך װערן די „קינדערישע” מערצאָלפֿאָרמען איבערגענומען אין דער שפּראַך פֿון דערװאַקסענע.
אַ סימן פֿון דעם װאָס דער חסידישער דיאַלעקט װערט אַלץ מער פֿאַרשפּרײט בײַ די חסידים אין ישׂראל, איז די פּאָפּולערקײט פֿון דער פּרעפּאָזיציע „פֿאַר”. לױטן גראַמאַטישן סטאַנדאַרט, איז די דאָזיקע פּרעפּאָזיציע ניט נײטיק װען מען קאָן זיך באַגײן מיטן דאַטיװ־בײגפֿאַל, װי למשל: „ער העלפֿט דעם קינד”. אינעם חסידישן ייִדיש אָבער זאָגט מען כּסדר „ער העלפֿט פֿאַרן קינד”. אַזױ אַרום, האַלט דלית אַסולין, האָבן די חסידים איבערגענומען אין זײער ייִדיש די העברעיִשע גראַמאַטישע פֿאָרמע און איבערגעטײַטשט די העברעיִשע פּרעפּאָזיציע „ל־” װי די ייִדישע פּרעפּאָזיציע „פֿאַר”. דאָס באַנוצן „פֿאַר” מיט װערבן „געבן” און „זאָגן” איז טאַקע מער פֿאַרשפּרײט צװישן די יונגע ייִדיש־רעדנדיקע חרדים אײדער צװישן די עלטערע. דאָס איז אַ סימן, אַז דער מאָדערנער ישׂראלדיקער עבֿרית דרינגט אַרײַן אַפֿילו אין די סאַמע איזאָלירטע חרדישע װינקלען.
אין אַמעריקע האָבן די סאַטמאַרער חסידים זײער אײגענע אױסלײג־סיסטעם, װאָס װערט באַנוצט אין אַזעלכע צײַטשריפֿטן װי „דער איד” און „דער בלאַט”. װי עס דערקלערט סטעפֿען קראָך אין זײַן פֿאָרשונג פֿונעם סאַטמאַרער „אונטערלאַנד־ייִדיש”, איז דער דאָזיקער אױסלײג טײלװײַז געירשנט געװאָרן פֿון מיזרח־אײראָפּע און טײלװײַז איז ער אַ פּראָדוקט פֿון אַמעריקע. די פֿאַרייִדישטע ענגלישע װערטער דינען כּסדר פֿאַר באַשרײַבן דאָס הײַנטצײַטיקע אַמעריקאַנער רעאַליטעט. צומאָל באַנוצט מען מיט זײ פּאַראַלעל מיט עלטערע ייִדישע סינאָנימען, און עס איז נאָך ניט קלאָר, צי די נײַע ענגלישע װערטער װעלן מיט דער צײַט אַרױסשטופּן די עלטערע מיזרח־אײראָפּעיִשע סינאָנימען, בפֿרט די סלאַװיזמען. דער ענין פֿונעם אָפּשטאַם פֿון ייִדיש רופֿט אַרױס הײסע מחלוקות בײַ ייִדישע שפּראַכפֿאָרשער. אײניקע האַלטן, אַז דער מיזרחדיקער און מערבֿדיקער ייִדיש זײַנען לגמרי פֿאַרשידענע שפּראַכן. יורג פֿלײַשער טענהט פֿאַרקערט, אַז בײדע שפּראַכן זײַנען צװײַגן פֿון אײן בױם. פֿאַר אַ באַװײַז האַלט ער די פֿאָרמע פֿון מערצאָל פֿון דימינוטיװ „־לעך” (װי אין „קרעפּלעך”, „שטעטלעך”, „ייִנגלעך”), װאָס עקזיסטירט סײַ אינעם מיזרחדיקן סײַ אינעם מערבֿרדיקן ייִדיש, אָבער טרעפֿט זיך זעלטן אין דײַטשישע דיאַלעקטן.
די ייִדישע לינגװיסטיק האָט נאָך אַ היפּשע צאָל װיכטיקע און אינטערעסאַנטע פּראָבלעמען, װאָס קענען אַרויסהייבן נײַע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער קולטור־געשיכטע. אָבער די דאָזיקע בראַנזשע פֿון ייִדישע לימודים איז זײער שװאַך פֿאָרגעשטעלט אין אַמעריקע, און דאָס שטערט אַװדאי דער אַנטװיקלונג פֿון ייִדיש אין דער אַמעריקאַנער אַקאַדעמישער סבֿיבֿה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.