(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אַבריקאָסאָווס ביידע עלטערן, אַלעקסיי אַבריקאָסאָוו דער עלטערער און פֿאַניע וווּלף, זענען געווען פּראָמינענטע מומחים אין פּאַטאָלאָגישער אַנאַטאָמיע. זײַן טאַטע איז באַרימט ווי דער דאָקטער, וועלכער האָט צום ערשטן מאָל באַלזאַמירט דעם גוף פֿון וולאַדימיר לענין און צונויפֿגעשטעלט אַ באַריכט וועגן לענינס טויט. כאָטש זײַן טאַטע איז נישט געווען קיין ייִד, און כאָטש ער האָט אַ סך אויפֿגעטאָן לטובֿת דער מלוכה, האָט ער געליטן בעת סטאַלינס אַנטיסעמיטישע רדיפֿות קעגן ייִדישע דאָקטוירים. צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי, וועלכע האָט פֿאַרנומען אַ הויכע פּאָזיציע אינעם שפּיטאָל בײַם קרעמל, האָט מען אים פּלוצעם אָפּגעזאָגט אינעם יאָר 1951.
אַחוץ די פּראַקטישע און טעאָרעטישע פֿאָרשונגען פֿון סופּערדורכפֿירער, איז זייער זון באַקאַנט מיט אַ ריי אַנדערע גאָר וויכטיקע אַנטדעקונגען אין פֿיזיק, ווי אויך מיט אַן אומגעוויינטלעכער טשיקאַווער ביאָגראַפֿיע. זײַן צווייטע פֿרוי, אַני נאָזיער — האַלב אַ פֿראַנצויזישע, האַלב אַ וויעטנאַמישע — איז אַנטלאָפֿן צו אים פֿון זײַן פֿראַנצויזישן קאָלעגע פֿיליפּ נאָזיער. בעת אַ קאָנפֿערענץ אין קאַווקאַז האָבן אַלעקסיי און אַני, שוין פֿריִער באַקאַנטע, פֿאַרברענגט אין די בערג און אָנגעהויבן אַן ערנסטן ראָמאַן. בעת אַ וויזיט קיין פּאַריז, האָט אַבריקאָסאָוו דערקלערט דער סאָוועטישער רעגירונג, אַז ער מוז בלײַבן אין פֿראַנקרײַך נאָך אַ חודש, כּדי חתונה צו האָבן מיט זײַן געליבטער; טאָמער לאָזט מען אים נישט — וועט ער בלײַבן אין פֿראַנקרײַך. די מלוכה האָט אים אַזאַ קונץ מוחל געווען. נאָך 7 יאָר לעבן אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט אָבער זײַן פֿרוי אים אָפּגעגט און זיך אומגעקערט קיין פֿראַנקרײַך. שפּעטער האָט אַבריקאָסאָוו חתונה געהאַט מיט זײַן דריטער און לעצטער פֿרוי, סוועטלאַנאַ בונקאָוואַ.
אַבריקאָסאָוו איז געווען אַ לעבעדיקער ספּאָרטמענטש, אַ גרויסער ליבהאָבער פֿון בערג און סקי־גליטשן. אינעם יאָר 1991 האָט ער אימיגרירט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און געאַרבעט ווי אַ פּראָפֿעסאָר און פֿאָרשער אין אַ צאָל אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן.
ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען אויף איין פֿוס די געשיכטע פֿון סופּערדורכפֿירער בכלל. אינעם יאָר 1908 האָט דער האָלענדישער פֿיזיקער הייקע קאַמערלינג־אָנעס זיך געגעבן אַן עצה צו פֿאַרוואַנדלען העליום אונטער אַ הויכן דרוק אין דער פֿליסיקער פֿאָרעם. דער פֿליסיקער העליום דערמעגלעכט צו דערגרייכן גאָר קאַלטע טעמפּעראַטורן — אַ סך קעלטער, ווי דער פֿליסיקער וואַסערשטאָף אָדער זויערשטאָף.
מיט דרײַ יאָר שפּעטער האָט דער פֿאָרשער באַמערקט, אַז געוויסע מאַטעריאַלן, ווען מע לייגט זיי אַרײַן אינעם פֿליסיקן העליום, פֿירן דורך דעם עלעקטרישן שטראָם אָן קיין ווידערשטאַנד. פֿאַר זײַנע פֿאָרשונגען האָט ער באַקומען אין 1913 אַ נאָבעל־פּרעמיע. ווי אַ בײַ־עפֿעקט פֿונעם זײַן אינגאַנצן „דורכזיכטיק‟ פֿאַר דער עלעקרטע, ווערן די סופּערדורכפֿירער, ווי געזאָגט, אָפּגעשטויסן פֿון מאַגנעטן.
אינעם יאָר 1950 האָבן די דערמאָנטע סאָוועטישע פֿיזיקער גינזבורג און לאַנדאַו אויסגעאַרבעט אַ פּרטימדיקע טעאָריע, וואָס דערקלערט דעם פֿענאָמען פֿון סופּערדורכפֿירער. אַ דאַנק אַבריקאָסאָווס פֿאָרשונגען, האָט מען געשאַפֿן נײַע מאַטעריאַלן, וואָס קאָנען אויסהאַלטן ריזיקע עלעקטרישע און מאַגנעטישע שטראָמען. במשך פֿון אַ לאַנגער צײַטן האָט מען אָבער געמיינט, אַז אַזאַ עפֿעקט באַקומט זיך בלויז אין אַן עקסטרעם קאַלטער טעמפּעראַטור.
אינעם יאָר 1986, האָבן קאַרל מילער און געאָרג בעדנאָרץ געשאַפֿן אַ קעראַמישן מאַטעריאַל, וואָס ווערט אַ סופּערדורכפֿירער אינעם פֿליסיקן אַזאָט (nitrogen). אין פֿאַרגלײַך מיטן פֿליסיקן העליום, איז עס אַ ביליקע סחורה. די אַטמאָספֿער פֿון אונדזער פּלאַנעט באַשטייט דאָך אויף אויף 78 פּראָצענט פֿונעם דאָזיקן עלעמענט. פֿאַר זייער חידוש, האָבן די צוויי פֿאָרשער אויך באַקומען אַ נאָבעל־פּריז. ביז הײַנט גייט אָן אַרום דער וועלט אַ פֿאַרמעסט צו שאַפֿן מאַטעריאַל, וואָס בלײַבט אַ סופּערדורכפֿירער אין אַ העכערער טעמפּעראַטור. אַ סך אייגנשאַפֿטן פֿון די סופּערדורכפֿירער בלײַבן נאָך אַ רעטעניש.
אויב עמעצער וועט טאַקע געפֿינען אַ שטאָף, וואָס פֿאָדערט בכלל נישט קיין קיל־מאַשין, וועט ער זיכער באַקומען אַן אַנדער חשובֿע פּרעמיע. דערווײַל אָבער בלײַבט דער אַזאָט גענוג פּראַקטיש. סײַדן מע אַנטדעקט טאַקע אַ „וואַרעמען‟ מאַטעריאַל, וועלן די פּלאַנירטע באַנען פֿליִען צווישן באָסטאָן און וואַשינגטאָן אויסגעשטאַט מיט אַן אַפּאַראַטור אָפּגעקילט ביז מינוס 320 פֿאַרענהײַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.