דעם 14טן יוני מערקן מיר אָפּ דעם 140סטן געבוירן־טאָג פֿון רעגינע ליליענטאַל. רעגינע ליליענטאַל האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ לאַנגע ריי אַרבעטן אויף פּויליש אויפֿן געביט פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר און עטנאָגראַפֿיע, צווישן זיי: „אײַנגלייבענישן, זאַבאַבאָנעס און מנהגים פֿון ייִדישן המון”, „תּנאים און חתונות בײַ ייִדן”, „ייִדישע פֿאָלקסלידער” און נאָך און נאָך.
זלמן רייזען האָט געשריבן אַז כאָטש רעגינע ליליענטאַל איז געווען לכתּחילה אַן אַסימילאַטאָרין, האָט זי זיך שפּעטער דערנענטערט צו דער ייִדישער קולטור־סבֿיבֿה. זי האָט איבערגעזעצט פֿון ייִדיש אויף פּויליש אַ ריי פֿון פּרצס ווערק בשעת דער גרויסער שרײַבער האָט נאָך געלעבט.
ליליענטאַלס עטנאָגראַפֿישע אַרבעט גיט אונדז אַ בילד פון אַ לעבן וואָס איז שוין אין גאַנצן נעלם געוואָרן: אַ לעבעדיק, טשיקאַווע בילד וועגן די זיטן און גלייבעכצן פֿון די פּוילישע ייִדן פֿאַרן חורבן.
אַזוי, למשל, באַשרײַבט זי די פֿאַרשיידענע מיטלען אָנגענומען ביי ייִדישע פֿרויען כּדי צו טראָגן און האָבן געזונטע קינדער — וואָס דאַרף מען יאָ טון, און נאָך וויכטיקער — וואָס נישט טון.
איז אַזוי: בשעת מען פּראַוועט סעקס טאָר מען נישט רעדן. די סיבה דערפֿאַר קען מען, לויט ליליענטאַלן, געפֿינען שוין אין מסכת נדרים, וווּ עס שטייט געשריבן אַז ווען טאַטע־מאַמע שמועסן בשעת תּשמיש־המיטה ווערן די קינדער געבוירן טויב און שטום.
מען דאַרף אויך האַלטן די אויגן צוגעמאַכט כּדי די קינדער זאָלן חלילה נישט געבוירן ווערן בלינדע.
תּשמיש־המיטה דאַרף מען פּראַווען טאַקע אויף אַ מיטה, דאָס הייסט אַ בעט. ווען מען פּראַוועט סעקס אויף דער פּאָדלאָגע, וועלן די קינדער זײַן נעבעך שוואַכינקע.
נאָך אַ ניצלעכע עצה: אויב איר ווילט נישט האָבן קיין צווילינג דאַרפֿט איר זיך נישט צו פֿיל באַוועגן בשעתן תּשמיש־המיטה.
אָבער גענוג וועגן סעקס.
אַ טייל פֿון דער משפּחה ליליענטאַל איז ניצול געוואָרן און לעבט עד־היום אין וואַרשע. טאַקע אַ זעלטנהײט. וויפֿל וואַרשעווער תּושבֿים קענען די טעג זאָגן אַז זייער עלטער־באָבע האָט זיך געחבֿרט מיט יצחק לייב פּרצן און אַפֿילו איבערגעזעצט זײַנע ווערק?
אַגבֿ, ס׳איז דאָ אַ שטיקל מחלוקת בנוגע רעגינע ליליענטאַלס געבוירן־יאָר. יש אומרים אַז זי איז געבוירן געוואָרן מיט צוויי יאָר פֿריִער, הייסט עס אין יאָר 1875. אַלע זענען אָבער מסכּים אַז זי איז געבוירן געוואָרן דעם 14טן יוני. וואָס שייך איר צושטײַער צו אונדזער פּוילישער ייִדישער קולטור, זענען אַלע מסכּים. רעגינע ליליענטאַל האָט זייער אַ געוואַלדיק חשיבֿות אויף דעם געביט.
אַ דעלעגאַציע פֿון דער ישׂראל־פּאָליציי איז נאָר וואָס געווען אויף אַ באַזוך אין אוישוויץ.
מיט וואָס איז די דאָזיקע דעלעגאַציע געווען אַנדערש פֿון אַנדערע ענלעכע דעלגאַציעס? בראש פֿון דער דאָזיקער דעלעגאַציע איז געשטאַנען דזשאַמאַל כאַקרוש, דער ערשטער מוסולמענישער גענעראַל־מאַיאָר אין דער געשיכטע פֿון דער ישׂראלדיקער פּאָליציי.
„ווען מען זעט מיט די אייגענע אויגן וואָס דאָ איז פֿאָרגעקומען ווערט מען מענטשלעכער לגבי אַנדערע,‟ האָט דערקלערט דער הויך־ראַנגיקער אַראַביש־ישׂראלדיקער אָפֿיציר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.