דער „טענעמענט־הײַזער־מוזיי‟, אַן אינסטיטוציע אויף דער איסט־סײַד וואָס דערציילט די געשיכטע פֿון אימיגראַנטן קיין אַמעריקע, האָט איצט אַ נײַעם פּרעזידענט, קעווין דזשענינגס. דזשענינגס, אַ געוועזענער געשיכטע־לערער, קומט פֿון דער „אַרקוס־פֿונדאַציע‟, וואָס לייגט דעם טראָפּ אויף סאָציאַלער גערעכטיקייט און סבֿיבֿה־אַקטיוויזם. ער האָט אויך געדינט ווי אַן אַסיסטענט פֿונעם וויצע־דערציִונג־מיניסטער אין פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַס קאַבינעט צווישן 2009 און 2011.
דעם יולי וועט ער איבערנעמען די לייצעס פֿון ד״ר מאָריס וואָגל, דעם פּרעזידענט זינט 2008. אָט איז אַן אויסצוג פֿון אַן אינטערוויו מיט אים:
טז: ווי דער פּרעזידענט פֿונעם מוזיי, וואָס האָפֿט איר אויפֿצוטאָן במשך פֿון די ערשטע יאָרן?
קד: די טעמע אימיגראַציע אין אַמעריקע איז איצט זייער אַ פּאָפּולערע; ס׳איז אָבער אויך שטאַרק פּאָלאַריזירט. די מעלה פֿונעם מוזיי איז וואָס ער מאַכט פֿון דער קאָנטראָווערסיעלער טעמע אַ מענטשלעכע און אַ טאָג־טעגלעכע, און דאָס מאַכט מער פֿאַרשטענדלעך דעם גאַנצן ענין. מיר לאַנצירן דעם זומער אַן אויסשטעלונג וואָס דערציילט די געשיכטע פֿון אימיגראַציע קיין אַמעריקע נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה און האָפֿן דערמיט צו פֿאַרמענטשלעכן די טעמע.
טז: וואָס פֿאַר אַ מעגלעכע שוועריקייטן שטייען פֿאַר אײַך אין דער נײַער ראָלע?
קד: כ׳זע נישט פֿאָרויס קיין גרויסע מניעות, ווײַל מאָריס וואָגל איז די לעצטע צען יאָר געווען אַ געניאַלער פּרעזידענט. ער האָט נאָר וואָס פֿאַרענדיקט אַ געלט־קאַמפּאַניע צו שאַפֿן 20 מיליאָן דאָלאַר פֿאַר דער נײַער אויסשטעלונג.
די טענעמענט־הײַזער זענען אָבער קליין און דערפֿאַר קענען נישט צו פֿיל באַזוכער אים דורכגיין אין משך פֿון איין טאָג. איך פּלאַניר אָפּצוגעבן אַ ממשותדיקן טייל פֿון מײַן קאַדענץ דער פֿראַגע, ווי אַזוי צו דערגרייכן דעם עולם מיט אַנדערע מיטלען, למשל, דורך דער אינטערנעץ. ווי אַזוי קענען מיר פֿאָרשטעלן די געשיכטע פֿונעם טענעמענט־הײַזער־מוזיי פֿאַרן ברייטן עולם? ווי קענען מיר זיך מאַכן מער צוטריטלעך? די טעכנאָלאָגיע וועט אונדז דאָ קענען שטאַרק צוהעלפֿן.
טז: צי געדענקט איר אײַער ערשטן וויזיט אין דעם מוזיי, און וואָסער רושם ס׳האָט אויף אײַך דעמאָלט געמאַכט?
קד: כ׳האָב זיך נישט געקענט אָפּוווּנדערן דערפֿון. געווען איז עס מער ווי אַ צענדליק יאָר צוריק, נאָר כ׳געדענק עס ווי נעכטן. בשעת מײַן שמיטה־יאָר האָב איך אָפּגעגעבן פֿינעף חדשים בײַם מאַכן טורן אין מוזייען איבער דער וועלט. דער „טענעמענט־הײַזער־מוזיי‟ איז צווישן די רירנדיקסטע מוזייען וואָס כ׳בין בײַ זיי אַ מאָל געווען.
נאָכן אָנקוקן די בנינים קריגט מען אַזאַ אָפּשײַ פֿאַר די יחידים וואָס האָבן דאָ געוווינט. זיי זענען נישט געווען צווישן די גרינדער פֿון אונדזער מדינה, אָבער זיי זענען יאָ געווען העלדישע, שטאַרקע מענטשן. אַלע ווייסן כאָטש אַ ביסל וועגן דער אימיגראַנטישער איבערלעבונג, אָבער נאָר דורכן דורכגיין דעם מוזיי דערשפּירט מען אַז מ׳האָט זיך באַקענט מיט די משפּחות מור, באַלדיצי און לעווין. נישט נאָר האָבן יענע משפּחות זיך געדאַרפֿט אויסלערנען ווי צו זײַן אַמעריקאַנער; זיי האָבן דווקא געביטן דעם גאַנצן באַגריף וואָס דאָס הייסט זײַן אַן אַמעריקאַנער. איך האָב אַ ספֿק צי איך וואָלט אַליין געהאַט אַזאַ אינערלעכן כּוח ווי זיי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.