דערמאָרדעטע משפּחה, חסידי אומות העולם, וועט ווערן סאַנקטן

Murdered Family of Righteous Among the Nations to be Beatified

Muzeum Polaków Ratujących Żydów/Facebook

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published June 22, 2017, issue of June 29, 2017.

אין פּוילן האָבן די נאַציס דערהרגעט הונדערטער פּאָליאַקן, וואָס האָבן אויסגעבאַהאַלטן זייערע ייִדישע שכנים בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. דער טראַגישער פֿאַל פֿון דער משפּחה אולמאַ פֿונעם שטעטל מאַרקאָוואַ איז הײַנט ספּעציעל באַקאַנט ווײַל די דײַטשן האָבן ניט בלויז דערהרגעט יוזעף אולמאַ און זײַן פֿרוי וויקטאָריאַ, נאָר אויך זייערע זעקס קינדערלעך, ווי אַ וואָרענונג צו זייערע שכנים, וועמען מע האָט אויך חושד געווען אין באַהאַלטן ייִדן.

לויט אַ פּרטימדיקן באַריכט אינעם קאַטוילישן זשורנאַל Aleteia האָט די קאַטוילישע קירך לעצטנס באַשלאָסן צו בעאַטיפֿיצירן די גאַנצע דערמאָדעטע משפּחה. דאָס הייסט, מע האָט פֿאָרמעל אָנגעהויבן דעם פּראָצעס זיי צו אָנערקענען ווי סאַנקטן.

די קירך וועט רעכענען נײַן משפּחה־מיטגלידער ווי סאַנקטן: דאָס פּאָרפֿאָלק מיט זייערע 6 קינדער (סטאַסיע — 8 יאָר אַלט, באַסיאַ — 6, וולאַדזשיאָ — 5, פֿראַנוש — 4, אַנטאָס — 3, און מאַריסיע — 1), ווי אויך דאָס נאָך ניט־געבוירן עופֿעלע פֿון וויקטאָריאַ, וואָס איז געווען טראָגעדיק בעת איר עקזעקוציע.

די אולמאַס, ניט געקוקט אויף דעם וואָס זיי זענען ביידע געבוירן געוואָרן בײַ אָרעמע פּויערישע משפּחות, האָבן באַקומען אַ גוטע דערציִונג. די משפּחה האָט פֿאַרמאָגט אַ גרויסע ביבליאָטעק פֿון ביכער וועגן פֿאַרמערײַ, באָטאַניק און רעליגיע, ווי אויך ביכער וועגן דער אַנטראָפּאָלאָגיע פֿון די אויסטראַלישע אַבאָרידזשיניס, צווישן אַ ריי אַנדערע טעמעס.

וויקטאָריאַ האָט אין איר פֿרײַער צײַט געשפּילט טעאַטער און איר מאַן יוזעף האָט געמאַכט און אַנטוויקלט טויזנטער פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון זײַנע קרובֿים און שכנים. די משפּחה איז אויך געווען באַקאַנט ווי שטאַרק פֿרומע קאַטאָליקן.

אין מאַרקאָוואַ האָבן געוווינט בלויז 30 ייִדישע משפּחות. נאָך דעם וואָס די דײַטשן האָבן דעפּאָרטירט ס׳רובֿ פֿון די ייִדן פֿון זייער שטעטל האָבן עטלעכע פּוילישע משפּחות אינעם שטעטל באַשלאָסן צוזאַמענצואַרבעטן, כּדי צו באַהאַלטן די איבערגעבליבענע ייִדישע שכנים. במשך פֿון צוויי יאָר האָט די משפּחה אולמאַ באַהאַלטן די משפּחה שאַל (אַ קו־הענדלער מיט זײַן פֿרוי און פֿיר קינדער), לייקע דידנער און איר טאָכטער, און נאָך אַ פֿרוי, גאָלדע גרינפֿעלד, אין זייער בוידעם. בסך־הכּל האָבן די דײַטשן דערהרגעט 17 מענטשן אין זייער היים, און דערבײַ זיך געריכט אַז זייערע שכנים וועלן אַליין שפּעטער דערהרגענען די אַנדערע ייִדן, וואָס זיי האָבן באַהאַלטן.