מײַן מאַמע האָט איבערגעלעבט דעם חורבן. איר געשיכטע איז פֿול מיט מאָמענטן פֿון קוראַזש, פֿון מוזן טראַכטן אויף איין פֿוס, און ריינעם מזל. נאָכן אַנטלויפֿן מיט טאַטע־מאַמע פֿון עסטרײַך קיין פֿראַנקרײַך, דערנאָך קיין בעלגיע, האָט זי זיך אויסבאַהאַלטן צוויי יאָר לאַנג אין אַ שפּיטאָל, און האָט אַזוי אַרום איבערגעלעבט דעם גיהנום. און דאָך איז מיר קיין מאָל נישט אײַנגעפֿאַלן אַז איך זאָל רעדן וועגן דעם — ביז פֿאַר אַ יאָרן.
מײַ 2016 בין איך געווען אויף אַ וואַלדשפּאַציר אין ווײַאָמינג מיט אַ חבֿר, אַ וויכטיקן כּלל־טוער אינעם „ייִדישן קאָמונאַלן צענטער פֿון דזשעקסאָן האָול‟. בשעתן שמועסן האָב איך אים דערציילט וועגן דער מאַמעס געשיכטע, האָט ער מיך דערנאָך פֿאַרבעטן קומען הערן אַ גאַסטרעדנער וואָס דער צענטער האָט געהאַט פֿאַרבעטן אויף אַ יום־השואה־אַזכּרה.
דעם צווייטן אינדערפֿרי קלינגט ער מיר אָן אַ באַזאָרגטער, אַז די רעדנערין איז קראַנק געוואָרן און קען נישט קומען, און צי ווייס איך וווּ מע קען געפֿינען נאָך אַ רעדנער. נאָכן ענטפֿערן אַז איך וועל אַ קלער טאָן האָב איך אַוועקגעלייגט דאָס טרײַבל און גענומען טראַכטן: אפֿשר זאָל איך עס טאָן? כ׳קען דערציילן די קינדער וועגן דער מאַמעס איבערלעבונגען. מע לערנט זיי, אַז זעקס מיליאָן זענען אומגעקומען, אָבער וואָס איז טײַטש דער ציפֿער „זעקס מיליאָן‟? אַ קינד קען דאָס פּשוט נישט באַנעמען. אָבער אויב ער אָדער זי הערט װעגן די איבערלעבונגען פֿון בלױז אײן יחיד, און מיט אַ יאָר שפּעטער — פֿון אַ צווייטן, און אַזוי ווײַטער, פֿאַרשטײען זיי כאָטש אַ ביסל װי שלעכט ס׳איז געווען דער חורבן.
האָב איך מסכּים געווען צו זײַן דער רעדנער און דער חבֿר האָט זיך שטאַרק דערפֿרייט.
כ׳האָב גענומען אויספֿאָרשן און געפּרוּװט זיך דערמאָנען די פּרטים פֿון דער מאַמעס איבערלעבונגען. דערווײַל האָט דער חבֿר מיך געבעטן רעדן אין צוויי באַזונדערע שולן; סך־הכּל — פֿינעף רעדעס, אַרײַנגערעכנט אַן אָוונט־סעסיע פֿאַר דערוואַקסענע. כ׳בין געווען אַ ביסל נערוועז ווײַל מײַן מאַמעס געשיכטע איז זייער אַ פּערזענלעכע, און ס׳רובֿ פֿון די תּלמידים זענען אַפֿילו נישט קיין ייִדישע.
אויף דער ערשטער סעסיע, פֿאַר אַן עולם פֿון 70 קינדער אין אַן אונטערמיטלשול, האָב איך אַ פֿרעג געטאָן: „ווער פֿון אײַך האָט אַ מאָל מורא געהאַט במשך פֿון אַ גאַנצן טאָג? אָבער טאַקע מורא געהאַט, עלעהיי ווי אַ בער לויפֿט אײַך נאָך?‟ עטלעכע הענט האָבן געטאָן א שיס אַרויף. גוט! כ׳האָב געכאַפּט זייער אויפֿמערק! „ווער פֿון אײַך האָט אַ מאָל מורא געהאַט במשך פֿון אַ גאַנצער וואָך?“
ווייניקער הענט דאָס מאָל.
„שטעלט זיך פֿאָר — מײַן מאַמע האָט געלעבט מיט אַ שטענדיקער מורא זעקס יאָר לאַנג! איכ׳ל אײַך דערציילן די מעשׂה ווי אַזוי זי האָט דורכגעמאַכט אַ מין שלעכטס וואָס מע האָט נאָך פֿריִער קיין מאָל נישט געזען“. דער צימער איז געוואָרן שאַ־שטיל — און אַלע האָבן אויף מיר געקוקט מיט געשפּאַנטן אויפֿמערק.
כ׳האָב זיי דערציילט וועגן דעם אַנשלוס, קרישטאָלנאַכט, דעם דײַטשן אַרײַנמאַרש אין בעלגיע, און וועגן אוישוויץ. געענדיקט האָב איך מיט עטלעכע פּשוטע ווערטער וועגן דער מאַמען און געבעטן אַז דער עולם זאָל זיי נאָכזאָגן: „קיין מאָל נישט נאָכגעבן, קיין מאָל זיך נישט אונטערגעבן און קיין מאָל נישט פֿאַרגעסן“.
די תּלמידים האָבן מיך געשטעלט שווערע פֿראַגעס: „האַלט איר אַז מענטשן זענען פֿון דער נאַטור שלעכט?“ „זענען מענטשן געוואָרן פֿאַרטעמפּט צו דער טעמע חורבן?“ ס׳רירנדיקסטע איז געווען איין מיידל וואָס האָט מיר געזאָגט בסוד, אַז דאָס הערן מײַן מאַמעס געשיכטע האָט איר געגעבן אַ פֿעסטקייט בײַצוקומען אַן אומגליק בײַ איר אין לעבן.
וועל איך שוין ווײַטער רעדן, וווּ איך קען נאָר, ווען מע זאָל מיך נאָר בעטן. פֿאַר וואָס? ווײַל נאָר דורך אַזוינע איינציקע מעשׂיות, ווי דער מאַמעס, וועט מען געדענקען דעם חורבן. אַנישט וועט דער חורבן זיכער ווערן סתּם נאָך אַ היסטאָרישע טראַגעדיע.
אויב איר האָט אַ חורבן־איבערלעבונג צו דערציילן — טוט עס, איך בעט אײַך. ס׳איז וויכטיק פֿאַר אונדזער קאָלעקטיווער צוקונפֿט — און פֿאַר אײַך אַליין אויך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.