די באַקאַנטע פּאָעטעסע ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן ע״ה (מײַן מומע) איז בטבֿע געווען אַ לעבעדיקע און אַן אָפּטימיסטישע. כאָטש אַ סך פֿון אירע לידער זענען מעלאַנכאָליש געשטימט, פֿאַרענדיקן זיי זיך געוויינטלעך מיט אַ פּאָזיטיוון טאָן, אַזוי ווי די נאַראַטאָרין וואָלט מיט אַ מאָל דערזען די זעלבע טעמע פֿון אַ פֿרישן, פּאָזיטיוון קוקווינקל.
אין „האַרבסטליד‟, למשל, שרײַבט זי צו ערשט, אַז אַלץ וואָס האָט פֿריִער „געגרינט‟ איז איצט „פֿאַרגעלט, פֿאַרוויאַנעט‟ און זי דריקט אויס אַ טיפֿע בענקשאַפֿט נאָכן פֿרילינג. נאָר פּלוצלינג כאַפּט זי זיך ווי שיין די האַרבסטבלעטער זעען אויס און זי מוסרט זיך אַליין מיט די ווערטער: „צו וואָס זשע דאַרפֿסטו וואַרטן אויפֿן פֿרילינג, אַז ס׳האָט דער אָסיען פֿולע קוישן גאָלד?‟
אָבער נישט תּמיד ענדיקט זיך ביילציעס פּאָעזיע מיט אַ האָפֿענונג. אינעם קורצן, רירנדיקן ליד „מײַן קינד‟ (פֿונעם בוך „שאַריי‟, 1980), באַשרײַבט די נאַראַטאָרין אַ טיפֿע אַנטױשונג, אַפֿילו ייִאוש, וואָס האָט בכלל נישט קיין „העפּי־ענד‟. וועגן וואָס איז זי אַזוי דערשלאָגן? מיר זעט אויס, ווי דאָס באַוויינט זי די אָרעמע מערכה פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור הײַנט צו טאָג, בפֿרט ווען מע פֿאַרגלײַכט עס מיט דער רײַכער ייִדישער קולטור־סבֿיבֿה וואָס איז געווען אין מיזרח־אייראָפּע פֿאַרן חורבן (און וואָס ביילציע האָט אַליין גוט געקענט פֿון איר יוגנט אין טשערנאָוויץ).
אינעם ליד שרײַבט זי אַזוי:
מײַן קינד
די זומער־פֿייגל אַלע שוין אַוועקגעפֿלויגן,
דער הימל האָט די לאָדנס צוגעמאַכט
זיצן מיר בײַם טיש און קלײַבן קרישקעס,
ווי שוין נאָך דער סעודה — און פֿאַר נאַכט.
שאָטנס — מוראדיק גרויס אויף די ווענט.
מיר פֿאַרבייגן די קעפּ מיט זוכנדיקע הענט,
פּרוּוון אַ פֿונק אין אַ ברעקל געפֿינען.
מײַן קינד,
מיט אַ פֿאַרריסענעם שטערן
כ׳האָב דיר די ירושה פֿאַרשריבן,
וויי, וואָס ס׳איז דערפֿון געבליבן!
זײַ מיר מוחל, דיך נישט־ווילנדיק גענאַרט.
מענטשן וואָס האָבן געקענט ביילציען וועלן אפֿשר זאָגן, אַז מײַן השערה — אַז דאָס איז אַ מין על־חטא פֿאַר האָבן נישט־ווילנדיק „אָפּגענאַרט‟ דעם ייִנגערן דור אַז ייִדיש האָט אַ צוקונפֿט — איז נישט ריכטיק, ווײַל ביילציע האָט דאָך דאָס גאַנצע לעבן אָפּגעגעבן דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. געשריבן אָן אַ שיעור פּאָעזיע און זינגלידער; געפֿאָרן אויף ליטעראַרישע אונטערנעמונגען; רעדאַקטירט און אַרויסגעגעבן קינדער־זשורנאַלן; געלערנט אויף די קלעזמער־פֿעסטיוואַלן ווי מע דאַרף זינגען די אַלטע פֿאָלקסלידער; אָנגעפֿירט מיט שמועסקרײַזן, שרײַבקרײַזן און זינגערײַען; און תּמיד געדרשנט צו דער יוגנט, אַז מע דאַרף רעדן, שרײַבן און זינגען אויף ייִדיש.
ווי קען דען אַזאַ געטרײַער ייִדישיסט אָנשרײַבן אַ ליד וואָס דריקט אויס אַזאַ פּעסימיזם צו דער ייִדיש־באַוועגונג?
דער אמת איז, מע קען זײַן ביידע: פֿון איין זײַט, אַ געטרײַער ליבהאָבער פֿון דער שפּראַך וואָס איז תּמיד גרייט צו ווײַזן אַנדערע איר שיינקייט, און פֿון דער צווייטער — שטאַרק באַדויערן וואָס די ייִדיש־וועלט איז הײַנט אַזוי פֿאַראָרעמט געוואָרן. שוין מער נישטאָ קיין הונדערטער ייִדישע שרײַבער; קיין הונדערט טויזנט ייִדישע לייענער פֿון ליטעראַטור; קיין טאָג־טעגלעכע זיצונגען, ספּאָרט־ און קונסטקלאַסן אָנגעפֿירט אויף ייִדיש אאַז״וו.
אמת, מע קען הײַנט אויף די גאַסן פֿון וויליאַמסבורג און קרית־יואל ווײַטער הערן ייִדיש אין די מײַלער פֿון טויזנטער יונגע משפּחות, און אויך הערן עס יעדן אויגוסט אין די ספּאָרטזאַלן און עסצימערן פֿון דער „ייִדיש־וואָך‟ פֿון יוגנטרוף — און ס׳איז טאַקע אַ מחיה! אָבער ס׳איז פֿאָרט אַ ווײַטער שפּרונג פֿונעם רײַכן אידיאָמאַטישן לשון, וואָס די ייִדן האָבן געניצט אין די שטעטלעך און שטעט פֿון פּוילן, אוקראַיִנע און רוסלאַנד.
און פֿאַר וואָס זאָלן מיר זיך טאַקע נישט דערלויבן פֿון צײַט צו צײַט צו באַוויינען דעם ביטערן גורל פֿון ייִדיש? פּונקט אַזוי ווי מיר זענען מחויבֿ, כאָטש איין מאָל אַ יאָר, צו זאָגן אַן אל־מלא־רחמים נאָך די זעקס מיליאָן קדושים וואָס היטלער ימח־שמו האָט פֿאַרטיליקט, אַזוי מעגן מיר, ייִדישיסטן, אויך אַ מאָל זיך אָפּשטעלן אויף אַ ווײַלע באַוויינען די אויסערגעוויינטלעכע ייִדיש־וועלט וואָס איז נישטאָ מער.
אין „מײַן קינד‟ האָט ביילציע זיך אַליין דערלויבט צו פֿילן דאָס עגמת־נפֿש וועגן דער ייִדיש־ירושה און האָט אונדז, דורך די שורות, געגעבן אַ געלעגנהייט אַרײַנצוקוקן צו איר אין האַרצן.
פֿונדעסטוועגן, איז דאָס אונטערגעבן זיך פֿאָרט נישט קיין טייל פֿונעם ייִדישן כאַראַקטער. נישט־געקוקט אויף אירע מאָמענטאַלע ספֿקות האָט ביילציע זיך ווידער אומגעקערט צו איר ייִדיש־טעטיקייט וואָס זי האָט דורכגעפֿירט, מיט לײַב־און־לעבן, ביז איר פּטירה אין 2013.
און דאָס דאַרף דינען פֿאַר אונדז אַלעמען ווי אַ מוסטער. דער ייִד מעג דורכמאַכן די ערגסטע אומגליקן, אָבער ווי ער זאָגט אין ה. לייוויקס ליד „אייביק‟: „איך הייב זיך אויף ווידער און שפּאַן אַוועק ווײַטער.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.