מיט יאָרן צוריק, ווען די קאָמוניסטן האָבן באַהערשט פּוילן, האָב איך באַמערקט אַן אויסטערלישע זאַך. אין ייִדישן טעאַטער האָבן געאַרבעט אַ האַלבן טוץ הויכע אָפֿיצירן און זייערע קרובֿים. שוין בײַם אַרײַנגאַנג, אין גאַרדעראָב, האָט אײַך מקבל־פּנים געווען אַ גענעראַל פֿון דער פּוילישער אַרמיי. אַ מאַיאָר איז געווען א פּאָרטיר. אַפֿילו אַ ביסל אשר־יצר פּאַפּיר פֿאַר צוויי זלאָטעס אין קלאָזעט האָט פֿאַרטיילט די אַלמנה פֿון אַ גענעראַל. זײַט וויסן אַז אשר־יצר פּאַפּיר איז געווען אַ יקר־מציאות אין סאָציאַליסטישן בלאָק, אַן איידעלע סחורה וואָס מען דאַרף היטן מיט זיבן אויגן.
אָבער צוריק צו אונדזערע מיליטער־לײַט אין ייִדישן טעאַטער. וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָבן טאַנקען און האַרמאַטן מיטן ייִדישן טעאַטער, וועט איר פֿרעגן? איז אַזוי… בשעתן גרויסן מלוכישן „פּאָגראָם” אין 1968 האָט דער פּוילישער מיליטער, ווי אַלע אַנדערע מלוכישע אינסטיטוציעס, אַרויסגעוואָרפֿן אַלע ציוניסטן פֿון דער אַרבעט. און וואָס איז אַזוינס אַ ציוניסט? אין אַמעריקע דערציילט מען אַ וויץ אַז אַ ציוניסט איז אַ ייִד וואָס שנאָרעט געלט בײַ אַ צווייטן ייִד כּדי אַ דריטער ייִד זאָל עולה זײַן קײן ישׂראל. אין פּוילן איז אַ ציוניסט געווען פּשוט אַ ייִד. האָסט געמעגט שרײַען חי וקים, האָסט געמעגט שווערן בײַ דער באָבעס קבֿר אַז דו האָסט פֿײַנט ציון אין איינעם מיט די ציוניסטן. סע האָט נישט געהאָלפֿן. ביסט אַ בהמה — קײַ שטרוי. מאַכט רש״י, ביסט אַ ייִד, ביסטו במילא אַ ציוניסט און שוין.
הכּלל, די ייִדישע אָפֿיצירן האָבן פֿאַרלוירן זייערע שטעלעס אין מיליטער און שמעון שורמיעי, דער דירעקטאָר פֿונעם ייִדישן טעאַטער וואָס האָט געהאַט אַ ייִדיש האַרץ, האָט זיי געגעבן אַ ביסל פּרנסה, זיי זאָלן נישט שטאַרבן פֿאַר הונגער, חלילה.
פֿאַרוואָס האָב איך זיך דערמאָנט אין דער גאַנצער מעשׂה? איז אַזוי. דער בנין פֿונעם פֿאַרבאַנד פֿון די ייִדן אין פּוילן וווּ עס האָט זיך געפֿונען אויך דער ייִדישער טעאַטער ווערט איצט אויפֿגעבויט אויפֿסנײַ. און וווּ שפּילט דער ייִדישער טעאַטער, לאָמיר זאָגן, „פֿידלער אויפֿן דאַך” אָדער אַנדערע גרויסע אויפֿפֿירונגען? דער ענטפֿער: אינעם גרויסן מיליטערישן קלוב „גאַרניזאָן” אין מיטן וואַרשע. הייסט עס, אַז דער פּוילישער מיליטער איז די טעג דער גאַסטגעבער פֿונעם ייִדישן טעאַטער.
אַז מען לעבט, דערלעבט מען.
הײַיאָר מערקן מיר אָפּ דעם פֿינעף און זיבעציקסטן יאָר פֿונעם קעלצער פּאָגראָם.
נישט אַלע ווייסן אַז נאָכן חורבן זענען ניצול געבליבן אַן ערך צען פּראָצענט פֿון די פּוילישע ייִדן, אַ פֿערטל מיליאָן מענטשן.
איינע פֿון די סיבות וואָס זיי זענען נישט געבליבן אין פּוילן זענען געווען די רציחות פֿון ייִדן, און דאָס — שוין נאָך דער באַפֿרײַונג פֿון די דײַטשן. דער קעלצער פּאָגראָם איז מסתּמא דער באַקאַנטסטער צווישן זיי.
די קעלצער פּאָגראָם־טרויער־אַקאַדעמיע איז טאַקע פֿאָרגעקומען דעם פֿערטן יולי, טאַקע אין קעלץ.
אויף די ווענט פֿונעם הויז ווו די ניצול־געבליבענע האָבן געוווינט און וווּ זיי זענען דערהרגעט געוואָרן דורך די פּוילישע פּאָגראָמטשיקעס, הענגען די טעג בילדער פֿון די אַמאָליקע קעלצער ייִדישע תּושבֿים.
די לעצטע וואָך פֿון יוני האָט דאָס קעלצער קולטור-הויז געוויזן עטלעכע פֿילמען געווידמעט דעם קעלצער פּאָגראָם: „עדות” — אַ פֿילם פֿון מאַרצעל לאָזשינסקי; „פּאָגראָם קעלץ” פֿון אַנדזיי מילאָש און פּיאָטר ווייכערט, „אַמנעזיע” פֿון יעזשי סקלאָדאָווסקי, און „באָגדאַנס וועג” פֿון מיכל יאסקולסקי און לאָרענס לעווינגער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.