אין זייער זאַמלבוך „דער אײַנקױף־כּוח”, דערקלערן די רעדאַקטאָרן ד״ר רבֿקה קאָברין און ד״ר אָדם טעלער, אַז דער ענין פֿון ייִדן אין עקענאָמיק איז שוין פֿון לאַנג אַ סענסיטיװע טעמע אין די ייִדישע היסטאָרישע פֿאָרשונגען.
ייִדישע היסטאָריקער האָבן זיך תּמיד געהיט מיטן באַהאַנדלען דעם ייִדישן בײַטראָג אין דער אַנטװיקלונג פֿון דער קאַפּיטאַליסטישער װירטשאַפֿט, און בפֿרט אין אַזעלכע געביטן װי פֿינאַנצן און האַנדל. מען האָט מורא געהאַט צו שטיצן די פֿאַרשפּרײטע אַנטיסעמיטישע סטערעאָטיפּן װעגן ייִדן װי בלוט־זױגער װאָס עקספּלױטירן אָרעמע קריסטן און מוסולמענער. אײגנטלעך שטאַמט די דאָזיקע אַסאָציאַציע צװישן ייִדן און קאַפּיטאַליזם פֿון קאַרל מאַרקסעס באַרימטן אַרטיקל „צו דער ייִדן־פֿראַגע“. מאַרקס איז געווען דער ערשטער, װאָס האָט פֿאָרגעלײגט, אַז מען זאָל שטודירן ניט דעם „שבתדיקן“ נאָר דעם „װאָכעדיקן“ ייִד. זינט דעם האָט מען סײַ געלױבט סײַ קריטיקירט ייִדן פֿאַר זײער אַקטיװן אָנטײל אין דער אַנטװיקלונג פֿון קאַפּיטאַליזם.
ס׳רובֿ ייִדישע היסטאָריקער האָבן זיך געפֿילט אומבאַקװעם מיט אַזאַ אידעאָלאָגיזירטער טעמע. זײ האָבן זיך דעריבער קאָנצענטרירט אױף מער „פּאַרעװע“ טעמעס װי רעליגיע, קולטור און דעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן פֿון דער ייִדישער קהילה. די מאַרקסיסטישע שיטה פֿון דער ייִדישער פֿאָרשונג אין פּױלן און סאָװעטן־פֿאַרבאַנד פֿאַרן חורבן האָט זיך געסטאַרעט צו דערװײַזן, אַז דאָס ייִדישע פֿאָלק איז מערסטנס באַשטאַנען פֿון האָרעפּאַשניקעס, בעת די קלײנע צאָל גבֿירים זײַנען געװען זײערע קלאַסן־שׂונאים.
די צװעלף קאַפּיטלען אינעם זאַמלבוך באַהאַנדלען פֿאַרשידענע פֿאַלן פֿון ייִדישער באַטײליקוננג אין קאַפּיטאַליסטישער װירטשאַפֿט אין דער מאָדערנער תּקופֿה אין פֿאַרשידענע טײלן פֿון דער װעלט זינט מיטלאַלטער.
װי עס פּאַסט פֿאַר דער הײַנטיקער װיסנשאַפֿטלעכער מעטאָדאָלאָגיע, באַמיט מען זיך אױסצומײַדן װאָסער ניט איז „עצמדיקײט“, דהײַנו, די אידעע, אַז ייִדן זײַנען „בטבֿע“ קאַפּיטאַליסטן. אין יעדער פֿאַל־שטודיע, פֿון דער טאַבאַק־האַנדלונג אין שפּאַניע אינעם זיבעצנטן יאָרהונדערט ביז דער הײַנטיקער מוזיק־אינדוסטריע אין אַמעריקע, זײַנען ייִדן געװען פֿאַרטאָן אין אַ קאָמפּליצירטן, ריזיקאַלן און צומאָל געפֿערלעכן פּאָליטיש־עקאָנאָמישן שפּיל. זײ האָבן געפֿונען זײער שטיקל פּרנסה ניט װײַל זײ האָבן געהאַט אַ נאַטירלעכע נטיה צו געשעפֿט־מאַכערײ, נאָר װײַל זײ האָבן געזוכט, װי אַזױ זיך אױסצולעבן װי אַ טייל פֿון דער געזעלשאַפֿט.
די עלף קאַפּיטלען אינעם זאַמלבוך דעקן אַ ברײטן געאָגראַפֿישן און היסטאָרישן שטח פֿון שפּאַניע אינעם זעכצנסטן יאָרהונדערט ביז דער מאָדערנער אַמעריקע. אָבער עס איז בולט, אַז עס פֿעלט דאָ אַ גרױסער און װיכטיקער היסטאָרישער סעגמענט, די רוסישע אימפּעריע. גלען דײַנער באַהאַנדלט יאָ דעם מצבֿ פֿון ייִדן אין װאַרשע אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם נײַנצנטן יאָרהונדערט, נאָר אַפֿילו ער באַרירט ניט די קאָמפּליצירטע עקאָנאָמישע באַציִונגען צװישן דער רוסישער מלוכה און די ייִדן. פֿון אײן זײַט, האָט די רוסישע מאַכט דיסקרימינירט ייִדן און ניט דערלאָזט זײ צו געװיסע פּראָפֿעסיעס און פּאָזיציעס. פֿון דער אַנדערער זײַט האָבן ייִדן אָבער בײַגעטראָגן אַ היפּשן טײל פֿונעם מלוכישן בודזשעט, סײַ דורך זײערע אײגענע שטײַערן סײַ דורך זאַמלען דעם „אַקציז“, דעם ספּעציעלן שטײַער אױף משקה. דװקא דורך די דאָזיקע קאָנצעסיעס האָבן די רוסיש־ייִדישע גבֿירים, אַזעלכע װי די משפּחה גינזבורג, געשאַפֿן זײערע פֿאַרמעגנס אין דער צײַט פֿון דעם צאַר ניקאָלײַ דעם ערשטן, װאָס איז װײַט ניט געװען קײן אוהבֿ־ישׂראל.
די געשיכטע פֿונעם עקאָנאָמישן אױפֿקום פֿון די ייִדישע גבֿירים אין דער רוסישער אימפּעריע אינעם נײַנצנטן יאָרהונדערט האָט געװיסע פּאַראַלעלן מיט דער אײגנאַרטיקער עקאָנאָמישער ראָלע, װאָס די אַזױ־גערופֿענע „נײַע קריסטן“, די געשמדטע ייִדן, האָבן געשפּילט אין שפּאַניע מיט עטלעכע הונדערט יאָר פֿריִער. װען דאָס געלט איז אױסגערונען בײַ די שפּאַנישע קעניגן, האָבן זײ אַרײַנגעפֿירט אַלץ מער נײַע שטײַערן. עס האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז דעם גרעסטן רװח האָט די מלוכה באַקומען פֿונעם שטײַער אױף טאַבאַק, װאָס איז געװען אין די הענט פֿון די „נײַע קריסטן“. דערבײַ האָבן די ייִדישע געשעפֿטסלײַט ריזיקירט מיט זײער לעבן, װײַל די קריסטלעכע אינקװיזיציע האָט זיך געיאָגט נאָך זײ. װען מען איז געװען חושד אַ „נײַעם קריסט“, אַז בסוד היט ער די ייִדישע מיהגים, האָט מען אים פֿאַרמשפּט צום טױט דורכן פֿאַרברענען. אָבער דאָס האָט ניט אָפּגעשטעלט אַ היפּשע צאָל ייִדן פֿון ברענגען טאַבאַק פֿון פֿראַנקרײַך קײן שפּאַניע און מאַכן גוטע געשעפֿטן מיט דער מלוכה!
די עיקר־פֿראַגע, װאָס די היסטאָריקער פֿון דער ייִדישער עקאָנאָמיק שטעלן אין זײערע פֿאָרשונגען, איז אַזאַ: װאָס איז דאָ ספּעציפֿיש ייִדישלעך? ווי אַזוי איז די עקאָנאָמישע אַקטיװיטעט פֿון ייִדן אַנדערש פֿון אַנדערע פֿעלקער? קײן קלאָרע תּשובֿה האָט מען ניט. פֿון אײן זײַט, זײַנען ייִדן גאַנץ ענלעך אין זײער עקאָנאָמישער פּראַקטיק צו אַנדערע „אונטערנעמערישע“ פֿעלקער, אַזעלכע װי כינעזער, שאָטלענדער אָדער אַרמענער. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט די ייִדישע אמונה אַ שטאַרקע השפּעה אױף טראַדיציאָנעלע השׂגות װעגן האַנדל, געלט און װירטשאַפֿטלעכע מנהגים און געזעצן. עס איז אָבער יאָ קלאָר, אַז די עקאָנאָמישע געשיכטע איז װידער געװאָרן אַן אָנגעזעענע בראַנזשע פֿון ייִדישע לימודים, און מען האָט מער ניט קײן מורא, אַז זי װעט צושטעלן אַמוניציע פֿאַרן אַנטיסעמיטישן מיטאָס װעגן ייִדישער װעלט־הערשאַפֿט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.