דעם 2טן יולי 1937, כּמעט פּונקט מיט 80 יאָר צוריק, איז די באַליבטע פּיאָנערין פֿון דער אַוויאַציע און אַקטיוויסטקע לטובֿת די רעכט פֿון פֿרויען, אַמיליאַ אירהאַרט, פֿאַרשוווּנדן געוואָרן ערגעץ־וווּ איבערן פּאַציפֿישן אָקעאַן אין איינעם מיט איר נאַוויגאַטאָר פֿרעדריק נונאַן בשעת איר פּרוּוו אַריבערצופֿליִען די גאַנצע וועלט.
ניט געקוקט אויף דעם, וואָס מע האָט זיי און זייער עראָפּלאַן געזוכט איבער טויזנטער מײַלן פֿונעם אָקעאַן און אויף אומצאָליקע אינדזלען, האָט מען פֿון זיי ניט געפֿונען קיין שום שפּורן. מע האָט דערפֿאַר אירהאַטן לעגאַל דעקלאַרירט פֿאַר טויט אין 1941. לעצטנס האָבן זיך אָבער אַנטפּלעקט נײַע באַווײַזן, אַז זי האָט צו יענער צײַט אפֿשר נאָך געלעבט.
כאָטש מע האָט קיינמאָל ניט געוווּסט אויף זיכער, איז די סאַמע־אָנגענומענסטע טעאָריע וועגן אירהאַרטס גורל געווען, אַז אַ שטורעם האָט פֿאַרקערעוועט איר עראָפּלאַן אַוועק פֿון איר פּלאַנירטן מאַרשרוט און אַז זי האָט דערפֿאַר ניט געהאַט גענוג בענזין צו דערגרייכן אַן אָרט, וווּ זי האָט געקענט לאַנדן. מע האָט געמיינט אַזוי, ווײַל מע האָט קיינמאָל ניט געפֿונען קיין שום סימן פֿון איר, איר נאַוויגאַטאָר, אָדער איר עראָפּלאַן און מע האָט דערפֿאַר געהאַלטן, אַז ווען זי וואָלט ערגעץ־וווּ געהאַט געלאַנדעט אָדער געקראַכט אויף דער ערד, וואָלט מען געפֿונען די רעשטלעך פֿון איר עראָפּלאַן.
ניט געקוקט אויף דער פֿאַרזיכערונג פֿון ס׳רובֿ עקספּערטן, אַז אירהאַרט און נורמאַן, צוזאַמען מיט זייער עראָפּלאַן, ליגן אויפֿן דנאָ פֿונעם אָקעאַן, האָבן זיך לאַנגע יאָרן פֿאַרשפּרייט אַ ריי קלאַנגען, אַז זי האָט איבערגעלעבט דעם קראַך און איז דערנאָך אָדער אויסגעגאַנגען פֿון הונגער אויף עפּעס אַ פֿאַרוואָרפֿן אינדזל, אָדער דערהרגעט געוואָרן דורכן יאַפּאַנישן מיליטער. צווישן זיי איז געווען אַזאַ געשיכטע: קינדער אין אַ פֿאַרוואָרפֿן מאַרשעלעזער אינדזעלע האָבן געשוווירן, אַז זיי האָבן געזען ווי מאַטראָסן פֿונעם יאַפּאַנער ים־פֿלאָט פֿאַרהאַלטן אירהאַרט און נונאַן מיט זייער עראָפּלאַן. כּמעט קיינער מחוץ די מאַרשעלעז־אינדזלען האָבן די קינדער אָבער ניט געגלייבט.
לעצטנס האָבן אויספֿאָרשער פֿאַרעפֿנטלעכט אַ בילד פֿונעם זעלביקן אינדזעלע וווּ די קינדער האָבן כּלומרשט געזען אירהאַרטן, וואָס ווײַזט ווי אַ ווײַסע פֿרוי מיט קורצע האָר זיצט אין אַ האַוון. לעבן איר שטייען אַ ריי פּאָלינעזער און איין ווײַסער מאַן. די פֿרוי זיצט אינעם הינטערשטן טייל פֿון בילד און קוקט אויפֿן אָקעאַן, אַוועק פֿונעם פֿאָטאָ־אַפּאַראַט. דער ווײַסער מאַן שטייט אָבער נעענטער און קוקט דירעקט אינעם פֿאָטאָ־אַפּאַראַט און ס׳זעט אויס, אַז ער איז אירהאַרטס נאַוויגאַטאָר פֿרעד נונאַן. הינטער זיי שטייט פֿאַראַנקערט אַ ריזיקע שיף, וואָס שלעפּט הינטער זיך אַן אָביעקט, וואָס זעט אויס ווי אַ צעשטערטן עראָפּלאַן.
פֿאָטאָגראַפֿישע עקספּערטן גיבן איבער אַז דאָס בילד, וואָס אַן אַמעריקאַנער שפּיאָן האָט אפֿשר געמאַכט און וואָס ליגט שוין איבער 75 יאָר אינעם אַמעריקאַנער נאַציאָנאַלן אַרכיוו, איז עכט און מע האָט אויף אים ניט געמאַכט קיין קינסטלערישע ענדערונגען. דערצו האָבן אַ ריי עקספּערטן איבערגעגעבן, אַז די פֿרוי אינעם בילד זעט אויס גאַנץ ענלעך צו אַמיליאַ אירהאַרטן (צוליב דעם וואָס איר פּנים איז פֿאַרשטעלט קען מען ניט באַשטעטיקן איר אידענטיטעט אויף זיכער). ווען מע באַטראַכט אָבער די אַלע פֿאַקטאָרן, בפֿרט אַז מע זעט אינעם בילד, אַ פּנים, איר נאַוויגאַטאָר און אַן עראָפּלאַן און אַז ס׳זענען אין יענע קאַנטן דעמאָלט בכלל ניט געווען קיין ווײַסע, מיינען אַ סך מענטשן אַז ס׳איז דאָ בלויז איין מעגלעכער אויספֿיר: ס׳איז אַ בילד פֿון אירהאַרט נאָך דעם וואָס זי איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן.
(נאָך דעם וואָס דער דאָזיקער אַרטיקל איז לכתּחילה פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן, האָבן אַנדערע פֿאָרשער אויסגעפֿונען אַז דאָס בילד איז געמאַכט געוואָרן אין 1935, דאָס הייסט, צוויי יאָר איידער אירהאַרט איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן. ווי עס זאָל ניט זײַן, טענהן נאָך אַלץ אַ ריי עלטערע מענטשן אויפֿן אינדזל, אַז זיי האָבן קינדווײַז געזען ווי אירהאַרט איז פֿאַרהאַלטן געוואָרן דורך די יאַפּאַנער).
לזכר אירהאַרטס אָנדענק און לכּבֿוד דער באַנײַטער דיסקוסיע איבער איר גורל דרוקן מיר איבער די אָריגענעלע אַרטיקלען פֿונעם ”פֿאָרווערטס“, וואָס האָבן איבערגעגעבן דעם לייענער די לעצטע ידיעות פֿון איר פֿאַרשווינדונג מיט 80 יאָר צוריק.
באַרימטע אַמעריקאַנער פֿליִערין נאָך ניט געפֿונען — שטורעם אויפֿן פּאַציפֿיק שטערט די רעטונג. — מע האָפֿט זי צו געפֿינען, אָבער אין דער זעלבער צײַט האָט מען מורא פֿאַר איר לעבן.
האָנאָלולו, דזשולאַי 4 (דעם 4טן יולי) — די קאָוסטגאַרד־שיפֿל (ברעגוואַכט) „איטאַסקאַ“ האָט הײַנט פֿאַרטאָג אויפֿגעכאַפּט אַ שוואַכן ראַדיאָ־סיגנאַל, אַ הילפֿסרוף, וואָס איז וואַרשײַנלעך געשיקט געוואָרן פֿון דער פֿליִערין אַמיליאַ אירהאַרט.
דאָס זײַנען די ערשטע סיגנאַלן, וואָס זײַנען אויפֿגעכאַפּט געוואָרן נאָך פֿיר־און־צוואַנציק־שטונדן־צײַט, זינט די פֿליִערין איז אַרונטערגעפֿאַלן אין ים מיט איר מיטפֿליִער קעפּטען (קאַפּיטאַן) פֿרעדריק נונען.
אַן אַמעריקאַנער ראַדיאָ־אָפּעראַטאָר אין לאָס־אַנדזשעלעס האָט אויך אויפֿגעכאַפּט אַ ראַדיאָ־„עס־אָ־עס“ — די בוכשטאַבן K H A Q Q — דאָס זײַנען די בוכשטאַבן פֿון מיס אירהאַרטס עראָפּלאַן־ראַדיאָ.
הײַנט האָט דער נעיווי־דעפּאַרטמענט (אַמעריקאַנער ים־פֿלאָט) אַרויסגעשיקט אָרדערס (באַפֿעלן) צו נאָך קריגס־שיפֿן, אַז זיי זאָלן גלײַך אָפּפֿאָרן אין די וואַסערן פֿון אינדזל האָלענד, וווּ מיס אירהאַרט האָט זיך געמוזט אַרונטערלאָזן אין ים מיט איר עראָפּלאַן „די פֿליִענדיקע לאַבאָראַטאָריע“.
האָנאָלולו, דזשולאַי, 4 (דעם 4טן יולי) — פֿילע נעיווי־לופֿטספֿליִער, וועלכע זײַנען אַרויסגעפֿלויגן פֿון דאַנען נעכטן צו זוכן מיס אַמיליאַ אירהאַרט און איר מיטפֿליִער קעפּטען פֿרעדריק דזשיי נונען, האָבן זיך געמוזט צוריקקערן צוליב דעם שטורעמווינט וואָס האָט געבוזשעוועט אין ים.
מיס אירהאַרט און נונען זײַנען לעצטנס שבת אין דער פֿרי אַרונטערגעפֿאַלן אין ים ניט ווײַט פֿון אינדזל האָלאַנד. מיס אירהאַרט האָט אַרויסגעשיקט הילפֿסרופֿן דורך דער ראַדיאָ, מע האָט איצט שטאַרק מורא פֿאַר מיס אירהאַרטס זיכערהייט. אויב זי איז געטראָפֿן געוואָרן פֿון שטאַרקן שטורעמווינט אין מיטן ים, ווײַט פֿון לאַנד, וועט זי האָבן זייער ווייניק שאַנסן צו ראַטעווען זיך.
די לופֿטפֿליִער וועלן הײַנט ווידער מאַכן פּראָבעס אַרויסצופֿליִען פֿון האָנאָלולו און נעמען זוכן מיס אירהאַרט.
לייטענאַנט ווי. ווי. האַרווי, נעיווי־לופֿטפֿליִער, וואָס איז נעכטן אַרויסגעפֿלויגן פֿון האָנאָלולו, איז אָפּגעפֿלויגן אַרום 1850 מײַל ווײַט פֿון האָנאָלולו אין דער ריכטונג פֿון אינדזל האָלאַנד. ער האָט זיך אָבער געמוזט צוריקקערן צוריק קיין האָנאָלולו.
אַן אַמאַטאָרישער ראַדיאָ־סטיישאָן (סטאַנציע) אין לאָס־אַנדזשעלעס האָט הײַנט (זונטיק) פֿאַרטאָג אויפֿגעכאַפּט אַ הילפֿסרוף, וואָס מע דענקט, אַז עס איז אַרויסגעשיקט געוואָרן פֿון מיס אימיליאַ אירהאַרט.
פֿילע אַנדערע ראַדיאָ־סטיישאָנס האָבן אויך אויפֿגעכאַפּט די הילפֿסרופֿן דורך דער ראַדיאָ, און אַ קאָסטגאַרד־ראַדיאָ אין האָנאָלולו האָט אויך אויפֿגעכאַפּט אַ שוואַכן הילפֿסרוף.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.