רעד צו מיר ייִדיש, מײַן ייִדיש לאַנד
און איך וועל צו דיר רעדן עבֿרית ממילא.
אַבֿרהם מיט שׂרהן קומען מיר אַנטקעגן
פֿון דער מערת־המכפּלה.
אַזוי האָט געשריבן דער גרויסער ייִדישער פּאָעט יעקבֿ גלאַטשטײן. פֿאַר וואָס האָב איך זיך דערמאָנט אין די דאָזיקע פּאָעטיש־שיינע שורות? ווייל אונעסקאָ, אַן אַקראָנים פֿאַר United Nations Educational Scientific and Cultural Organization, האָט נאָר וואָס באַשטימט אויף זײַן זיצונג אין קראָקע אַז די מערת המכפּלה האָט מיט ייִדן גאָר נישט צו טאָן. די מערת המכפּלה געהערט בלויז צו די פּאַלעסטינער און שוין. אַדרבא. די מערת המכפלה איז באַדראָט (endangered אויף שעקספּירס לשון). פֿון וועמען? מסתּמא פֿון ישׂראל. אפֿשר צוליב דעם האָט מען פֿאַרווערט ייִדן במשך פון 700 יאָר, ביז 1967, צו דאַווענען אויפֿן אָרט.
אַז איך האָב נישט קיין טעות, ווערן אינעם ראַיאָן אין די לעצטע יאָרן צעשטערט קולטורעלע און רעליגיעזע אוצרות און דווקא נישט פֿון די ייִדן. אָבער מילא.
איך פֿאַרשטיי גאַנץ גוט אַז ייִדישע פּאָעזיע ליגט בײַ דאָס רובֿ דעלעגאַטן אין אַ חשובֿער אַלוועלטלעכער קולטור־אָרגאַניזאַציע ווי אונעסקאָ אין דער לינקער פּאה. אַ שאָד אָבער אַז די חשובֿע דעלעגאַטן האָבן נישט געהאַט קיין צײַט צו עפֿענען אַ חומש, ווײַל דאָרט, אין ספֿר בראשית, פּרק כ״ג, פּסוקים ח־י״ט, שטייט געשריבן ווי אַבֿרהם אָבֿינו האָט געקויפֿט די מערת המכפּלה פון עפֿרון החיתי. עס שטייט אַפֿילו פֿאַר וויפֿל: גאַנצע פֿיר הונדערט זילבערנע שקלים. ס’איז מסתּמא איינע פֿון די ערשטע גרונט־מסחר דאָקומענטאַציעס אויף דער וועלט.
סע האָט אויך נישט געהאָלפֿן אַ בריוו וואָס צוועלף ניצול־געבליבענע, אַלע פּוילישע ייִדן וואָס וווינען אין ישׂראל, האָבן געשריבן צום פּוילישן אויסלאַנד־מיניסטער, וויטאָלד וואַשטשיקאָווסקי: „הונדערטער ייִדישע בית־עולמס זענען פֿארשוועכט געוואָרן אין פּוילן בשעתן חורבן. מיר בעטן די פּוילישע רעגירונג זי זאָל נישט נעמען אָנטייל אין דער פֿאַרשוועכונג פֿון אַ ווײַטערדיקן ייִדישן מקום קבֿורה אין חבֿרון.‟
הכּלל, מיר ווייסן אַז דער ייִדישער דין איז אַ דינאַמישער. נײַע דורות ברענגען נײַע קאָמענטאַרן. מיר האָבן געהאַט די תּנאים, נאָך זיי — די אמוראים, נאָך זיי — די גאונים, די ראשונים, און צום סוף — די אחרונים. פֿאַרגעסן האָבן מיר אָן די סאַמע פּוסקים אחרונים זענען די פֿאַראייניקטע פֿעלקער.
Wasze ulice, nasze kamienice
אונדזערע הײַזער, אײַערע גאַסן. די ייִדן האָבן די הײַזער און די פּאָליאַקן בלײַבן אויף דער גאַס — אַזוי פֿלעגן פֿאַר דער מלחמה זיך באַקלאָגן די אַנטיסעמיטן.
עס זעט אויס אַז די ייִדן זענען געבליבן וואַזשנע שישקעס אינעם פּוילישן גרונט־מסחר. נאָר וואָס זשע? נישט וואָס מען זעט זיי און נישט וואָס מען קען זיי. הײַנט זענען דאָס נישט קיין קליינע ייִדישע בעלי־בתּים, נאָר ישׂראלדיקע ביליאָנערן וואָס אינוועסטירן אין פּוילן און בויען דאָרט וווינונגען און קאָמערציעלע בנינים.
עופֿר נמרודי, איינער פֿון זיי, איז זייער צופֿרידן מיט זײַנע געשעפֿטן אין פּוילן. ער טענהט אַז ער פֿאַרדינט מער אין פּוילן ווי אין ישׂראל. אין פּוילן איז לײַכטער צו געפֿינען גרונטן און קיין קליִענטן פֿעלן נישט. אמת, די פּאָליאַקן האָבן זייער ווייניק קינדער אָבער קיין פּוילן קומען אימיגראַנטן פֿון אוקראַיִנע און אַנדערע מזרח־אייראָפּעיִשע לענדער. הייסט עס, אַז די באַפֿעלקערונג וואַקסט כּסדר.
די הײַנטיקע קליִענטן ווייסן אַז אַ סך בוי־פֿירמעס זענען נישט פֿון הי. שפּאַנישע, פֿראַצייזישע, ישׂראלדיקע — בײַ די הײַנטיקע פּאָליאַקן איז דאָס אַלץ איינס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.