מזל־טובֿ צום 103טן געבוירן־טאָג פֿון אונדזער ייִדיש־לערערין!

Mazel Tov On the 103rd Birthday of Our Yiddish Teacher!

בעת אַ סעסיע פֿונעם ייִדיש־קלוב (פֿון רעכטס אויף לינקס): הענעך דער טעלעוויזיע־רעזשיסאָר, תּמרה די איבערזעצערין פֿון שפּאַניש אויף ענגליש, זלמן דער חשבון־פֿירער, לויִזע די לערערין, נעמי די ייִדיש־לערערין און געבוירן־טאָג־מיידל, ברכה די פֿידלערין, מאָלערין און לאַנדשאַפֿטלערין, רייזל די וויסנשאַפֿט־לערערין, נחמן דער פֿאָר־אַגענט און אונטערנעמער, ליורה די אַקטריסע, זינגערין און שרײַבערין, אײַראַ דער פֿאַבריקאַנט און ריי , דער געזונטשפּײַז־געשעפֿטסמאַן

פֿון רחלע שצ׳רב (שטשערב)־ווייץ

Published July 12, 2017, issue of July 28, 2017.
נעמי ליף האַלפּערן
נעמי ליף האַלפּערן

די לערערין פֿון אונדזער ייִדיש־קלוב, נעמי ליף האַלפּערן, האָט לעצטנס געפּראַוועט איר 103טן געבוירן־טאָג. אונדזער קלאַס טרעפֿט זיך אַלע מיטוואָך צווישן 10 און 12 אַ זייגער אין דער פֿרי אין דער „וווּדסטאַק־שיל‟.

אַ סך ייִדישיסטן און אַנדערע פֿרײַנד אירע זענען געקומען איבערגעבן דער טײַערער נעמי וואַרעמע וווּנטשן. יעדער איינער האָט מיטגעברענגט אַ בלימעלע פּונקט אַזוי ווי זי האָט געבעטן. צו ביסלעך זענען דערפֿון געוואָרן 3 פֿולע וואַזאָנעס!

נעמי וווינט אין אַ רויִק אָרט אין וואַלד מיט אירע קעצעלעך. נו, וואָס איז דער סוד פֿון אירע לאַנגע יאָרן?

צי איז דאָס אַ דאַנק איר מזלדיקער גענעטיק?

צי איז דאָס ווײַל זי איז געווען אַ טענצערין און לאַנגע יאָרן אַ רביצין בײַ אונדז?

אפֿשר אַ דאַנק אירע קעצעלעך? אָדער דווקא אַ דאַנק איר ייִדיש־רעדן?

אָדער אַלעס צוזאַמען?

דער עיקר — אַלע תּלמידים ווינטשן איר אַז מע זאָל זיך ווידער טרעפֿן איבער אַ יאָר, אויפֿן זעלבן אָרט לכּבֿוד נעמיס 104טן געבוירן־טאָג. און אַזוי ווי נעמי זאָגט אַליין נאָך אַזאַ ווינטשעוואַניע: „טוי־טוי־טוי!‟ (אָדער ווי אַנדערע זאָגן: „טפֿו־טפֿו־טפֿו!)