די לערערין פֿון אונדזער ייִדיש־קלוב, נעמי ליף האַלפּערן, האָט לעצטנס געפּראַוועט איר 103טן געבוירן־טאָג. אונדזער קלאַס טרעפֿט זיך אַלע מיטוואָך צווישן 10 און 12 אַ זייגער אין דער פֿרי אין דער „וווּדסטאַק־שיל‟.
אַ סך ייִדישיסטן און אַנדערע פֿרײַנד אירע זענען געקומען איבערגעבן דער טײַערער נעמי וואַרעמע וווּנטשן. יעדער איינער האָט מיטגעברענגט אַ בלימעלע פּונקט אַזוי ווי זי האָט געבעטן. צו ביסלעך זענען דערפֿון געוואָרן 3 פֿולע וואַזאָנעס!
נעמי וווינט אין אַ רויִק אָרט אין וואַלד מיט אירע קעצעלעך. נו, וואָס איז דער סוד פֿון אירע לאַנגע יאָרן?
צי איז דאָס אַ דאַנק איר מזלדיקער גענעטיק?
צי איז דאָס ווײַל זי איז געווען אַ טענצערין און לאַנגע יאָרן אַ רביצין בײַ אונדז?
אפֿשר אַ דאַנק אירע קעצעלעך? אָדער דווקא אַ דאַנק איר ייִדיש־רעדן?
אָדער אַלעס צוזאַמען?
דער עיקר — אַלע תּלמידים ווינטשן איר אַז מע זאָל זיך ווידער טרעפֿן איבער אַ יאָר, אויפֿן זעלבן אָרט לכּבֿוד נעמיס 104טן געבוירן־טאָג. און אַזוי ווי נעמי זאָגט אַליין נאָך אַזאַ ווינטשעוואַניע: „טוי־טוי־טוי!‟ (אָדער ווי אַנדערע זאָגן: „טפֿו־טפֿו־טפֿו!)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.