בעת דער לעצטער וואָך אין יוני האָט דער עולם בײַם קראָקעווער ייִדישן פֿעסטיוואַל געהערט עפּעס וואָס זיי האָבן אויף דעם מסתּמא זיך נישט געריכט: אַ ייִדישע קאַפּעליע פֿון אַמעריקע זאָל שפּילן פּוילישע פֿאָלקמוזיק און פֿאָלקטענץ.
די גרופּע „ווערעצקי פּאַס” פֿון קאַליפֿאָרניע האָט מען פֿאַרבעטן צו שפּילן די פּוילישע אָבערעקס, פּאָלקעס און קראַקאָוויאַקן וואָס מע קען הערן אויף זייער נײַעם קאָמפּאַקטל „פּוילן: אַ גילגול”.
פֿאַר וואָס הייסט דאָס „פּוילן: אַ גילגול”? די גרופּע איז אינספּירירט געוואָרן פֿון י. ל. פּרצס דערציילונג „אַ גילגול פֿון אַ ניגון” פֿון זײַן באַנד „חסידיש”. בײַ פּרצן, הייבט זיך אָן דער ניגון ווי אַ שאַפֿונג פֿונעם פֿידלער פּדהצור און עס ווערט מגולגל אין אַן הכנסת כּלה־ניגון. דערנאָך גייט עס אַדורך עטלעכע גלגולים און ווערט אַ טרויעריקער „אל מלא רחמים”, אַ ווילדער פֿריילעכס, אַ טעאַטער־ליד, אַ גאַסן־ליד בײַ קונצנמאַכער, דאָס קלאָגליד פֿון אַ יונגער בעטלערין, אַ מעלאָדיע וואָס אַ למדן קען נישט אַרויסטרײַבן פֿון מוח און אַ ניגון געזונגען פֿאַרן טאָלנער רבין. צום סוף, אַ דאַנק דעם ניגון, ווערט געראַטעוועט דאָס בעטלער־מיידל.
אויפֿן קאָמפּאַקטל „פּוילן” האָט מען אײַנגעטיילט די ניגונים לויט דעם סיפּור־המעשׂה פֿון דער דערציילונג. געוויסע טיטלען פֿון די „שטיקלעך” פֿאַררופֿן זיך אויף די העלדן, שטעט און שטעטלעך וואָס מע לייענט אין דער מעשׂה ווי „ר’ חיימס פֿריילעך”, „קיִעווער קאָזאַ” און „קאַצנערס אָבערעקס”. ס׳איז דאָ אַ שיינע סצענע בײַ פּרצן אין וועלכער אַ ווײַבל גייט טאַנצנדיק, פֿאַרביק אָנגעטאָן, און האַלט אַ טאַץ. הינטער איר גייט אַ קאַפּעליע שפּילנדיק, און די ייִדן וואַרפֿן אַרײַן מטבעות אין טאַץ. אויפֿן קאָמפּאַקטל ווערט די סצענע פֿאָרגעשטעלט מיט דרײַ ניגונים אין אַן אָפּטייל וואָס הייסט „די גאַס”: „בעלפֿערס אוּווערטור”, „באָטלערס גאַלאָפּ” און „פּאָלקע שאַרפּאַנאַ”. שפּעטער בײַ פּרצן, ווען דער פֿאָלקס־ניגון ווערט אַ מעלאָדיע אין טעאַטער, הערט מען אויפֿן קאָמפּאַקטל דעם אָפּטייל „טעאַטער” מיט דרײַ שטיקלעך: „געדאַנקען” (קאָמפּאָנירט פֿון מאיר באָגדאַנסקי), „פּרינץ און פּרינצעסין” און „דער פֿינצטערער הויז־אָבערעק”.
בסך־הכּל זענען פֿאַראַן 33 מעלאָדיעס: סײַ ייִדישע, סײַ פּוילישע ניגונים און טענץ. פֿון פֿאַרשיידענע קוואַלן האָט מען גענומען די ניגונים — פֿון אַלטע און נײַע פֿאָלקלאָר־זאַמלונגען, פֿון ווייניק באַקאַנטע חסידישע טראַדיציעס, און פֿון פּוילישע דאָרפֿישע טענץ. דערצו זענען דאָ זעקס נײַע ניגונים געשאַפֿן פֿון די מוזיקער.
„ווערעצקי־פּאַס” שרײַבט וועגן זײַן קאָמפּאַקטל — „אויף ס’נײַ האָט מען פֿאַר זיך פֿאָרגעשטעלט, אויף ס’נײַ קאָמפּאָנירט און אויף ס’נײַ אַראַנזשירט שטאָטישע און דאָרפֿישע מוזיק כּדי צו באַרײַכערן די מוזיק וואָס מע רופֿט הײַנט ׳קלעזמער־מוזיק׳. אויף דער רעקאָרדירונג ברענגען מיר צונויף ייִדישע און פּוילישע מוזיק — דער פֿאַרלוירענער רינג אין דער קייט פֿון דער קלעזמער־אויפֿלעבונג.”
נו, עס קען זײַן אַז די דעקלאַראַציע איז אַ ביסל איבערגעטריבן, נישט ווײַל זי איז נישט אמת, נאָר ווײַל פּוילישע מוזיק איז נישט דער איינציקער ‘פֿאַרלוירענער רינג’ אין דעם פֿאַל. מע קען צוגעבן אוקראַיִנישע און ציגײַנערישע „רינגען” אויך. עס איז טאַקע אמת, אַז די אַמאָליקע ייִדישע קלעזמאָרים אין פּוילן האָבן גוט געקענט די פּאָפּולערע נישט־ייִדישע פּוילישע טענץ און מעלאָדיעס, סײַ ווײַל זיי האָבן פֿון צײַט צו צײַט געדאַרפֿט שפּילן פֿאַר די פּוילישע פּריצים, סײַ ווײַל די ייִדישע יוגנט האָט זיי געקענט און געוואָלט הערן.
„וואַרעצקי פּאַס” באַשטייט פֿון דרײַ ערשט־קלאַסיקע מוזיקער: קוקי זעגלשטיין אויפֿן פֿידל, דזשאַש האָראָוויץ אויפֿן אַקאָרדיאָן און צימבל און סטו בראָטמאַן אויפֿן באַס־טשעלאָ. זיי זענען מוזיקער וואָס שפּילן קלעזמער־מוזיק צוזאַמען שוין יאָרן לאַנג, און אַרויסגעגעבן אינטערעסאַנטע און נאָוואַטאָרישע רעקאָרדירוגנען. פֿאַר דער רעקאָרדירונג האָט מען אויך פֿאַרבעטן דעם מײַסטער־קלאַרנעטיסט פּראָפֿ’ יואל רובין. דער צוהערער ווערט תּיכּף אימפּאָנירט פֿון דער ווירטואָזקייט פֿון די מוזיקער. די פּרעכטיקע אַראַנזשירונגען לאָזן אָבער אָרט אויף אימפּראָוויזאַציע. למשל, אינעם ערשטן שטיקל „דעם מײַסטערס ליד”, אין דער „דינאָווער דוינע” און „קיִעווער קאָזאַק” לאָזן די מוזיקער זיך וווילגיין.
עס זענען פֿאַראַן טשיקאַווע מעלאָדיעס אין „פּוילן”, וואָס מע וואָלט געוואָלט וויסן מער וועגן זיי. למשל, „דאָס וואַרשעווער טאַנצהויז” קלינגט אין מײַנע אויערן ווי אַן אַלטע קעלטישע מעלאָדיע פֿון דרום־פֿראַנקרײַך. איך וואָלט געקענט זיך פֿאָרשטעלן, אַז דער פּוילישער אַדל האָט צו דעם געטאַנצט מיט צוויי הונדערט יאָר צוריק, און זיי האָבן די מעלאָדיע געהערט אין אַ פֿראַנצייזישן אַדלהויף. דערנאָך האָבן ייִדישע קינדער דאָס געהערט אין אַ פּוילישן טאַנצהויז און אַזוי ווערט די מעלאָדיע מגלגול פֿון איין אָרט צום צווייטן, פּונקט ווי אין פּרצס דערציילונג!
די פֿירמע “Golden Horn Records” האָט אַרויסגעגעבן דאָס קאָמפּאַקטל „פּוילן: אַ גילגול” [Poyln: A Gilgul] אין 2015 אָבער עס איז ערשט לעצטנס דערגאַנגען צו אונדז. מע קען הערן ווי די גרופּע „ווערעצקי פּאַס” שפּילט „רב חיימס פֿריילעכס” בײַ דער וועבזײַט־פֿאַרבינדונג:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.