די מיצרישע רעגירונג האָט, לויט באַריכטן, אַפּראָבירט אַ פּלאַן וואָס וועט אָפּקאָסטן 22 מיליאָן דאָלאַר כּדי אויפֿצוריכטן אַ 160־יעריקע שיל אין אַלעקסאַנדריע.
דער פּראָיעקטן־סעקטאָר פֿונעם אַנטיקוויטעטן־מיניסטעריום האָט יענע וואָך אַפּראָבירט די פֿאָנדן אויף צו רעסטאַוורירן און פֿונאַנדערבויען די שיל „אליהו הנבֿיא“, האָט איבערגעגעבן דער ראָש פֿונעם אָפּטייל פֿון איסלאַמישע און קאָפּטישע מאָנומענטן, אַל־סאַיִד העלמי עזאַט. דער באַריכט, איבערגעזעצט פֿון אַן אַראַביש־שפּראַכיקער טאָגצײַטונג, „אַל־מאַסרי אַל־יום“, האָט זיך אָפּגעדרוקט אין דער צײַטונג The Egypt Independent.
די שיל האָט מען מיט עטלעכע חדשים צוריק געמוזט שליסן ווען אַ שטיק סטעליע איז אַראָפּגעפֿאַלן. עזאַט האָט דעקלאַרירט אַז די מלוכה וועט דעקן די רעסטאַוורירונג, כאָטש דאָס מיצרישע געזעץ פֿאָדערט אַז די קהילה גופֿא איז מחויבֿ דאָס צו דעקן.
די שיל „אליהו הנבֿיא“ קען אויסזעצן איבער 700 מענטשן און איז פֿאַררעכנט ווי איינע פֿון די גרעסטע שילן אין מיטעלן מיזרח. זי איז די לעצטע אַקטיווע שיל אין אַלעקסאַנדריע, וווּ ס׳האָבן אַ מאָל געוווינט 50,000 ייִדן. הײַנט שאַצט מען, אַז סע וווינען אין גאַנץ מצרים ווייניקער ווי 50 ייִדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.