די געניאַלקייט פֿון אוריאל װײַנרײַך, 50 יאָר שפּעטער

The Brilliance of Uriel Weinreich, 50 Years Later


פֿון איציק בלימאַן

Published July 16, 2017, issue of July 28, 2017.

זונטיק, דעם 9טן יולי, איז אין ייִדישן װיסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט פֿאָרגעקומען די יערלעכע נאָכמיטאָג־פּראָגראַם אין אָנדענק פֿון ד״ר מרדכי און טשאַרנע שעכטער, װאָס װערט אָנגעפֿירט פֿון דער ייִדיש־ליגע צוזאַמען מיטן ייִװאָ. הײַיאָר האָט מען אָפּגעמערקט נישט נאָר דעם צענטן יאָרצײַט פֿון ד״ר שעכטער, נאָר אױך דעם פֿופֿציקסטן יאָרצײַט פֿון אוריאל װײַנרײַך (1926־1967), װאָס איז פֿאַר זײַן פֿריצײַטיקער פּטירה געװען אײנער פֿון די חשובֿסטע און אָנגעזעענסטע לינגװיסטן און ייִדישיסטן אױף דער גאָרער װעלט.

דער הױפּטרעדנער איז געװען פּראָפֿעסאָר רחמיאל פּעלץ (דרעקסל־אוניװערסיטעט, פֿילאַדעלפֿיע), װאָס האָט אָפּגעהאַלטן אַ רירנדיקן רעפֿעראַט װעגן אוריאל װײַנרײַכס לעבנס־געשיכטע און געדאַנקען־גאַנג. אַרעלע װישװאַנאַט, מרדכי און טשאַרנע שעכטערס אַן אײניקל, האָט גערעדט װעגן זײַן באַציִונג מיט זײדע־באָבע און מיט דער שפּראַכיקער ירושה װאָס זײ האָבן אים איבערגעלאָזט. די װילנער געבױרענע זינגערין אינאַ באַרמאַש און איר מאַן, דער װיאָליסט און קאָמפּאָזיטאָר ליאָװאַ זשורבין, האָבן אָנגעפֿירט מיט געזאַנג.

די פּראָגראַם איז געװען אַן אױסערגעװײנטלעכע געלעגנהײט זיך װידער צו באַקענען מיט די פֿיל אױפֿטוען פֿון אוריאל װײַנרײַכן — בפֿרט פֿאַר די סטודענטן װאָס לערנען זיך איצטערט אױף דער אינטענסיװער זומער־פּראָגראַם װאָס טראָגט װײַנרײַכס נאָמען. חוץ די סטודענטן און די ניו־יאָרקער ייִדישיסטן, װאָס קומען רעגולער אױף די ייִדיש־אַקטיװיטעטן בײַם ייִװאָ, זענען אױך געקומען צװײ ספּעציעלע געסט: אוריאל װײַנרײַכס זון דן װײַנרײַך און דנס זון, מאַקס װײַנרײַך. צוריק מיט אַ פּאָר יאָר האָט זיך מאַקס אַלײן גענומען לערנען ייִדיש, קודם מיט זײַן זײדנס לערנבוך „קאַלעדזש־ייִדיש“ און שפּעטער אין פֿאָרמעלע שפּראַכקורסן אױף דער ייִדיש־פֿאַרם און אין ייִדישן ביכער־צענטער.

פּראָפֿעסאָר פּעלצעס רעפֿעראַט, „אוריאל װײַנרײַך װי אַ בריק אין דער ייִדישער קולטור צװישן מיזרח־אײראָפּע און אַמעריקע“, איז געװען מײַסטעריש. ער האָט נישט נאָר אױסגערעכנט די װיכטיקסטע דערגרײכונגען פֿון װײַנרײַכס קורצער אָבער פֿרוכפּערדיקער קאַריערע, נאָר זײ טאַקע געשטעלט אין דעם גרעסערן קאָנטעקסט פֿון װײַנרײַכס װיזיע סײַ פֿאַר דער אַנטװיקלונג פֿון דער מאָדערנער לינגװיסטיק, סײַ פֿאַר דער צוקונפֿט פֿונעם ייִדיש־לימוד אין אַמעריקע.

אוריאל װײַנרײַך איז געװען אַ סאָציאַלער װיסנשאַפֿטלער װאָס האָט פֿאַרשטאַנען, אַז די ייִדיש־פֿאָרשונג קען באַרײַכערן און פֿאַרטיפֿערן דעם װיסנשאַפֿטלעכן אַנאַליז פֿון אַנדערע שפּראַכן און קולטורן, און ער האָט אַלײן דערמאָנט זײער אַ סך בײַשפּילן פֿון ייִדיש אין זײַנע אַרבעטן אױף ענגליש װעגן „רײן“ לינגװיסטישע פֿראַגעס.

װײַנרײַך האָט אָבער אױך פֿאַרשטאַנען אַז מע דאַרף אַרבעטן זײער שװער כּדי צו דערהײבן דעם ייִדיש־לימוד צו אַ הױכער אַקאַדעמישער מדרגה. דעריבער האָט ער, אױסער זײַנע טעאָרעטישע װערק, זיך פֿאַרנומען מיט מער תּכליתדיקע פּראָיעקטן װאָס האָבן דערמעגלעכט אַז יונגע פֿאָרשערס זאָלן זיך קענען פֿאַרנעמען מיט דער ייִדישער שפּראַך, קולטור און געשיכטע: זײַן לערנבוך „קאַלעדזש־ייִדיש“, זײַן „מאָדערן ענגליש־ייִדיש, ייִדיש־ענגליש װערטערבוך“ און דער גרױסער „שפּראַך־ און קולטור־אַטלאַס פֿון אַשכּנזישע ייִדן“. לױט פּראָפֿעסאָר פּעלצעס אָפּשאַצונג האָט װײַנרײַך באַװיזן צו באַפֿרידיקן די באַדערפֿענישן סײַ פֿון דער (נישט־ייִדישער) אַקאַדעמיע, סײַ פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין אַמעריקע, װאָס האָט געהאַלטן אין פֿאַרלירן זײַן פֿאַרמלחמהדיקע שפּראַך און קולטור.

געשלאָסן האָט פּראָפֿעסאָר פּעלץ זײַן רעפֿעראַט מיטן פֿירלײענען אַן אױסצוג פֿונעם עמאָציאָנעלן הספּד, װאָס דער פֿילאָסאָף און געזעלשאַפֿטלעכער אַקטיוויסט הרבֿ אַבֿרהם־יהושע העשל האָט געהאַלטן אױף ייִדיש אױף װײַנרײַכס לװיה אין מאַרץ 1967:

„די ייִדישע שפּראַך, געװען אַ מאָל אַ שטאָלצע געטרײַע מאַמע, איז איצט אַ װיסטע אַלמנה. דאָס פֿאָלק איז אַװעק מיטן רױך און די קינדער װאָס זײַנען געבליבן האָבן פֿאַרגעסן אַז ס’איז דאָ אַ מאַמע. אוריאל האָט די מאַמע ניט פֿאַרגעסן. ער האָט זי באַהאַנדלט װי מען דאַרף באַהאַנדלען אַ מאַמע: געטרײַ, מיט ליבשאַפֿט און חכמה, און נאָך אַ סך מער. ייִדיש איז בײַ אים געװען אַ מלכּה, אַ מלכותדיקע מאַמע. האָט ער זי אָנגעטאָן אַ קרױן, באַצירט און באַשײַנט. אוריאל איז געװען אַ פּרינץ, דער פּרינץ װאָס האָט געהאַלטן ערלעך זײַן מאַמע, די מלכּה. ער איז געװען אַ טרײסט פֿאַר אונדז װען מיר האָבן געװוּסט אַז כאָטש אוריאל איז מקיים כּיבוד־אם, ניט סענטימענטאַל, ניט מיט סתּם דיבורים, נאָר מיטן כּוח פֿון פֿאָרשונג אינעם נאָמען פֿון אמת“. 

די שעכטער־פּראָגראַם איז נישט די אײנציקע אונטערנעמונג װאָס קומט פֿאָר אין 2017 לזכר אוריאל װײַנרײַכן. אין האַרבסט װעט אַרױס אַ ספּעציעלער נומער „זשורנאַל פֿאַר ייִדישע שפּראַכן“ מיט נײַע פֿאָרשונגען װעגן טעמעס װאָס זענען װײַנרײַכן געװען װיכטיק (דער קאָנטאַקט צװישן שפּראַכן, ייִדישע דיאַלעקטן, די ייִדישע אינטאָנאַציע און נאָך). דערצו װעט פּובליקירט װערן אַ נײַער אַרטיקל פֿונעם גדול פֿון דער סאָציאָלינגװיסטיק, װיליאַם לאַבאָװ, װעגן דער גרױסער ראָלע װאָס זײַן אַקאַדעמישער בעל־יועץ אוריאל װײַנרײַך האָט געשפּילט אין דער אַנטװיקלונג פֿון דער סאָציאָלינגװיסטיק.

צו זען אַ ווידעאָ פֿון דער גאַנצער פּראָגראַם: