(די 2 טע זײַט פֿון 2)
יעדעס מאָל, ווען עפּעס אַ אומגליק איז געשען מיט העלבראַנס, האָבן זײַנע חסידים באַשולדיקט דעם „מוסד‟ און די „פֿאַרשאָלטענע ציוניסטן‟. אויב זייער רבי איז טאַקע אומגעקומען, וואָלטן זײַנע נאָכפֿאָלגער אָנגעהויבן אַ נײַע אַנטי־ציוניסטישע קאַמפּאַניע. איך האָב זיך פֿאַרבונדן מיט עטלעכע חבֿרים, וואָס האָבן אַ שײַכות צו „לבֿ טהור‟. זיי האָבן מיר געזאָגט, אַז מיט זײַנע חסידים אין גוואַטעמאַלע און מעקסיקע האָבן זיי נישט קיין קאָנטאַקט, אָבער זיי האָפֿן, אַז די קלאַנגען זענען נישט אמת. קיין קאַמפּאַניע האָט די גרופּע דערווײַל נישט אָנגעהויבן, ווײַל די נײַעס בלײַבט צווייפֿלהאַפֿטיק.
צי רב שלמה העלבראַנס לעבט נאָך באַהאַלטענערהייט, צי טאַקע טויט, וואַרפֿט זיך אין די אויגן דער שאַרפֿער חילוק צווישן די נישט־ייִדישע און ייִדישע קאָמענטאַרן וועגן זײַן פּטירה. ס׳רובֿ קאַטוילישע מעקסיקאַנער לייענער פֿון Diario de Chiapas האָבן אים געוווּנטשן אַ ליכטיקן גן־עדן, זיך באַקלאָגט וועגן דער דיסקרימינאַציע פֿון די עוואַנגעלישע באַפּטיסטן און אַנדערע רעליגיעזע מינערהייטן אין לאַטײַן־אַמעריקע אָדער באַמערקט, אַז דער באַשעפֿער האָט אויף אַלעמען רחמנות. בלויז איין קאָמענטאַטאָר האָט געטענהט, אַז די חסידים האָבן זיך אויפֿגעפֿירט אין גוואַטעמאַלע חוצפּהדיק און אומפֿרײַנדלעך לגבי די אָרטיקע מאַיאַ־אינדיאַנער.
להיפּוך, זענען כּמעט אַלע ייִדישע קאָמענטאַרן אָנגעפֿילט מיט אַ טיפֿער שׂינאה. די „ישיבֿה־וועלט‟ שילדערט העלבראַנס ווי אַ מנהיג פֿון אַ קולט און האָט פּובליקירט אַ פֿאַלשע ליסטע פֿון די תּקנות, וואָס די מיטגלידער פֿון „לבֿ טהור‟ מוזן, כּלומרשט, היטן. הגם די גרופּע איז טאַקע זייער אַ שטרענגע, האָט דעם דאָזיקן סאַרקאַסטישן פּאַראָדיע־דאָקומענט זיכער געשאַפֿן אַ חוזק־מאַכער. „ס׳איז גוט, אַז זײַן עקלדיקער פּגר וועט נישט באַשמוצן אונדזער הייליקע ארץ־ישׂראל‟; „געבוירן אין ארץ־ישׂראל, אָבער אײַנגענומען אַ מיתה־משונה אין גוואַטעמאַלע — סאַראַ שאַנדע‟; „אויב ער האָט זיך געטובֿלט אונטער אַ שטאַרקן רעגן, איז זײַן טבֿילה געווען זייער אַ פּראָבלעמאַטישע‟. די לעצטע טענה איז באַזונדערס אויסטערליש און עם־הארציש; אין פֿאַרגלײַך מיט דער פֿרויען־מיקווה, איז די חסידישע מענער־טבֿילה בלויז אַ מינהג. אין אַ סך חסידישע שטיבלעך אַרום דער וועלט, בפֿרט בײַ די ליובאַוויטשער, זענען די מענער־מיקוות בפֿירוש נישט כּשר פֿאַר פֿרויען אָדער כּלים.
„דער באַשעפֿער האָט אים באַשטראָפֿט‟: „ער איז נישט געווען קיין חרדי, נאָר אַ משוגענער לונאַטיק מיט אַ צעשויבערטער באָרד‟; „אפֿשר איז ער בלעם?‟, קאָמענטירן די לייענער פֿון „דזשויִש פּרעס‟. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז יעקבֿ גלוק האָט אויף דער באַקאַנטער חסידישער וועבזײַט Hasidicnews.com פֿאַרטיידיקט העלבראַנסן און האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ באַלאַנסירטן נעקראָלאָג. בדרך־כּלל זענען אָבער כּמעט אַלע קאָמענטאַרן אויף ייִדישע וועבזײַטן גראָבע און העסלעכע.
אָפֿטמאָל טענהן די קריטיקער פֿון „לבֿ טהור‟, אַז העלבראַנס איז געווען אַן אַנטי־ציוניסטישער קולט־פֿירער. וואָס האָט עס איינס מיטן צווייטן? נישט ווייניק ייִדישע לינקע ראַדיקאַלן זענען אויסגעשפּראָכענע אַנטי־ציוניסטן, אָבער צו קיין קולט האָבן זיי נישט קיין שײַכות. זענען נועם טשאָמסקי אָדער דזשודיט באַטלער אויך „קולט־פֿירער‟? זיכער נישט. מע מעג זיי קריטיקירן וויפֿל מע וויל, אָבער זיי זענען דאָך וועלטלעכע פּראָגרעסיווע פּראָפֿעסאָרן. פֿון דער צווייטער זײַט, זענען אין אַרץ־ישׂראל פֿאַראַן אַ ריי גרופּעס, וואָס שטיצן די עקסטרעמסטע רעכטע פּאָזיציעס, אָבער זעען אויס ווי אַ פֿרומער קולט — למשל, די נאָכפֿאָלגער פֿונעם געפֿערלעך רעכטן ליובאַוויטשער רבֿ יצחק גינזבורג. די באַציִונג צו ציוניזם און קולטישקייט זענען צוויי אינגאַנצן באַזונדערע סאָציאַלע דימענסיעס.
העלבראַנס איז יאָ געווען אַ גרויסער תּלמיד־חכם. די לעצטע היפּש פֿאַרברייטערטע ווערסיע פֿון זײַן ספֿר „דרך הצלה‟ און דער ערשטער באַנד פֿון זײַן גרויס פּלאַנירט ווערק „אור השם‟ ווײַזן קלאָר, אַז דער מחבר האָט געהאַט גרויס בקיות אין גמרא, הלכה, מוסר־ספֿרים, קבלה און חסידות.
העלבראַנס איז געווען אַ געראָטענער כאַריזמאַטישער רעדנער. זײַענדיק אַ בעל־תּשובֿה פֿון אַ ספֿרדישן און תּימנער אָפּשטאַם, האָט ער גוט פֿאַרשטאַנען דעם וועלטלעכן עולם. ער האָט אײַנגעפֿירט אַ סך חומרות און אַסקעטישע מינהגים, וואָס זענען געווען פֿאַרשפּרייט אין דער מיטל־עלטער, אָבער אין דער הײַנטיקער ייִדישער טראַדיציע זענען זיי פֿאַרגעסן געוואָרן. פֿאַר אַ זײַטיקן מענטש קאָנען זיי אויסזען טאַקע ווי אַן אויסטערלישער מאַזאָכיסטישער קולט; די ליטעראַטור פֿון די מיטל־עלטערלעכע חסידי־אַשכּנז שילדערט אָבער נאָך מער פּײַנלעכע סיגופֿים און תּיקונים.
איך מיין פּערזענלעך, אַז די הויפּט־פּראָבלעם פֿון „לבֿ טהור‟ איז זייער „בעל־תּשובישקייט‟. די אויפֿגעבייזערטע משפּחות פֿון יונגע־לײַט, וועלכע האָבן זיך אַרײַנגעצויגן אין דער גרופּע, האָבן כּסדר גערודפֿט העלבראַנס און זײַנע חסידים דורך ישׂראלדיקע, אַמעריקאַנער און קאַנאַדער אינסטאַנצן. די „היימישע‟ חסידישע ייִדן האָבן, פֿון זייער צד, נישט געקאָנט אײַנשלינגען דעם פֿאַקט, אַז געוויסע יונגע מענטשן, דערצויגן אין עכטע ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות, האָבן אויסגעקליבן אַזאַ חבֿרה, אָנגעפֿירט דורך אַ נישט־אַשכּנזישן בעל־תּשובֿה, פֿול מיט בעל־תּשובֿות און גרים.
לאָמיר זאָגן, אַז „לבֿ טהור‟ איז אַ קולט. פֿון דער ברייטער וועלט־פּערספּעקטיוו קאָן מען אָבער טענהן דאָס זעלבע וועגן אַלע חרדים. איז דער ליטווישער קולט פֿון די „גדולים‟ בעסער? איז דער ליובאַוויטשער משיחיזם נישט אַ קולט? די גערער, איינע פֿון די גרעסטע חסידישע גרופּעס אין דער וועלט, היט, אין אַ גרויסער מאָס, די זעלבע אָדער נאָך שטרענגערע חומרות, ווי „לבֿ טהור‟. אַגבֿ, אין פֿאַרגלײַך מיט די חסידים פֿון העלבראַנס, וואָס האָבן זיך אויסגעלערנט די ייִדישע שפּראַך און רעדן צווישן זיך אויף ייִדיש, זענען די הײַנטיקע גערער דורך און דורך העברעיִש־רעדער.
אויב אַפֿילו „לבֿ טהור‟ איז לויט אַלע סימנים אַ געפֿערלעכע סעקטע, מיינט עס נישט, אַז מע מעג זיך איזדיעקעווען איבער אַ מענטש, וועלכער האָט געוואָלט זיך מטהר זײַן לכּבֿוד שבת און איז אומגעקומען פֿאַקטיש על קידוש־השם. אויב די אומגליק־מעשׂה איז טאַקע אמת, ווײַזט עס, אַז העלבראַנס אַליין האָט געגלייבט אין זײַנע שטרענגע מינהגים און איז געווען אַ מסירת־נפֿשדיקער ייִד. אין אַזאַ פֿאַל דאַרף מען זאָגן „זכרונו לבֿרכה‟ אַנשטאָט קללות. אַזוי צי אַזוי, האָט די געשיכטע פֿון „לבֿ טהור‟, צום גוטן צי צום שלעכטן, זיך נאָך נישט פֿאַרענדיקט. טויט צי נישט, האָט העלבראַנס אײַנגעלייגט אַ סך אימפּעט אין זײַן גרופּע, וואָס קאָן זיך אַנטוויקלען ווײַטער אָן אַ לעבעדיקן מנהיג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.