פֿראַנצייזישע פּרעזידענטן קומען זעלטן אויף דער יערלעכער אַזכּרה פֿון די „וועל־דיוו“־דעפּאָרטירונגען. אָבער בשעת דער אַזכּרה פֿונעם 75סטן יובֿל פֿון די אָ דעפּאָרטירונגען האָט דער פֿראַנצייזישער פּרעזידענט עמאַנועל מאַקראָן באַצייכנט דעם אַנטיציוניזם ווי אַ מין אַנטיסעמיטיזם.
„מיר וועלן קיין מאָל נישט נאָכגעבן די אויסדרוקן פֿון שׂינאה, און מיר וועלן נישט נאָכגעבן דעם אַנטיציוניזם ווײַל ס׳איז אַ נײַער גילגול פֿונעם אַנטיסעמיטיזם“, האָט מאַקראָן דעקלאַרירט בשעת דער אַזכּרה זונטיק אין פּאַריז.
דעם 16־17טן יולי 1942 האָבן פֿראַנצייזישע פּאָליציי־אָפֿיצירן צוזאַמענגעטריבן 13,000 ייִדן אינעם סטאַדיאָן א״נ וועלאָדראָם דיווער איידער מ׳האָט זיי פֿאַרשיקט אין נאַצישע אומברענג־לאַגערן אין מיזרח־אייראָפּע.
מער ווי טויזנט מענטשן, אַרײַנגערעכנט מאַקראָן און דעם ישׂראלישן פּרעמיער בנימין נתּניהו, זענען בײַגעווען אויף דער צערעמאָניע לעבן דעם דענקמאָל וואָס מ׳האָט אויפֿגעשטעלט אויפֿן אָרט פֿונעם אַמאָליקן סטאַדיאָן. דעם סטאַדיאָן גופֿא האָט מען אַראָפּגעריסן נאָך מיט צענדליקער יאָרן צוריק.
נתּניהו, אין אַ רעדע וואָס ער האָט צום טייל געהאַלטן אויף פֿראַנצייזיש, האָט באַדאַנקט מאַקראָנען פֿאַרן פֿאַרבעטן אים אויף דער אַזכּרה. ער האָט אָנגערופֿן די פֿאַרבעטונג אַ „שטאַרקער סימן“ פֿון דער חבֿרשאַפֿט צווישן מדינת־ישׂראל און פֿראַנקרײַך, און קאָנסטאַטירט אַז די צוויי לענדער דאַרפֿן „זיך פֿאַראייניקן“ קעגן דעם „מיליטאַנטישן איסלאַם“.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.