ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

ביסקופּ ראַפֿאַל מאַרקאָווסקי
ביסקופּ ראַפֿאַל מאַרקאָווסקי

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published July 17, 2017, issue of July 28, 2017.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

עצות פֿאַר אויסלענדישע געשעפֿטסלײַט און רבנים וואָס באַזוכן פּוילן

טל הרמלין איז געווען במשך פֿון עטלעכע יאָרן דער קאָמערציעלער אַטאַשע פֿון דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע אין פּוילן.

הרמלין האָט עטלעכע עצות פֿאַר ישׂראלדיקע ביזנעסלײַט וואָס ווילן מאַכן געשעפֿטן דאָ אין לאַנד.

ראשית כּל, זאָגט ער, פֿרעמדע קענען נישט מאַכן קיין געשעפֿטן אין פּוילן אַליין. די פּאָליאַקן זענען נישט קיין אָפֿן פֿאָלק. מען דאַרף געפֿינען אַ פּוילישן שותּף כּדי צו געווינען צוטרוי ביי די אָרטיקע געשעפֿטסלײַט.

די צווייטע עצה איז אַ גוטע נישט נאָר פֿאַר געשעפֿטסלײַט נאָר אַפֿילו פֿאר רבנים וואָס קומען צו אונדז אויף אַ באַזוך און האַלטן רעדעס פֿאַר אַ פּויליש־רעדנדיקן עולם אויף שעקספּירס לשון. זייער אַ סך פּאָליאַקן רעדן נישט קיין ענגליש. פֿון דער אייגענער דערפֿאַרונג קען איך צוגעבן אַז אַפֿילו די וואָס טענהן אַז זיי רעדן יאָ ענגליש כאַפּן אָפֿט מאָל נישט וואָס מען רעדט צו זיי. הכּלל, מען דאַרף האָבן אַן איבערזעצער מיט זיך אויף יעדן שריט און טריט.

די דריטע עצה האָט א שײַכות מיטן פּוילישן קאָנסערוואַטיזם. פּוילן איז אַ באַלעבאַטישע מדינה. ווען פּאָליאַקן גייען, למשל, זונטיק אין קלויסטער, זענען זיי אויסגעפּוצט ווי חוהטשע צום גט. די מענער טראָגן שיינע אַנצוגן מיט קראַוואַטן אַפֿילו אין די גרויסע היצן. אמת, זאָגט הרמלין, מאַרק צוקערבערג מעג קומען בלויז מיט אַ טי־שירט. נאָר וואָס זשע, ווי עס האָב שוין געזאָגט די אַלטע רוימערס: Quod licet Iovi, non licet bovi.

דאָס מיינט אַז וואָס יופּיטער מעג יאָ טאָן מעגן די בהמות, דהײַנו קליינע מענטשלעך ווי מיר, בשום־אופֿן נישט טאָן. הכּלל, די דזשינס־הויזן קען מען במחילה איבערלאָזן אין דער היים.

און אַז מען רעדט שוין פֿון קאָנסערוואַטיזם איז אַזוי. אין אַמעריקע און אין ישׂראל האָבן מיר נישט קיין העפֿלעכע פֿאָרם פון רעדן אין דער דריטער פּערזאָן. אירצן און דוצן איז אויף ענגליש די זעלבע זאַך. אין אַמעריקע און ישׂראל רעדט מען אָפֿט צו מענטשן נוצנדיק זייער ערשטן נאָמען אפֿילו אויף די ראַדיאָ־ און טעלעוויזיע־פּראָגראַמען. נישט אין פּוילן. דאָ איז יעדער איינער „פּאַן”, דהײַנו „הער”. אַפֿילו שכנים וואָס קענען זיך שוין יאָרן לאַנג אָבער זענען נישט קיין נאָענטע חבֿרים, דוצן זיך נישט.

און די לעצטע עצה, דאָס מאָל נישט פֿון הרמלין, נאָר פֿון אײַער וואַרשעוווער קאָרעספּאָנדענט: אין ביזנעס ווי אין קריג, דאָס האַלטן זיך פֿאַר גרעסערע חכמים ווי דער קעגנער איז אַ רעצעפּט פֿאַר מפּלה. איך וואָלט געעצהט ישׂראלדיקע און אַמעריקאַנער געשעפֿטסלײַט צו פֿאַרגעסן די אַזוי גערופֿענע „פּוילישע וויצן” וואָס באַשרײַבן די פּאָליאַקן ווי אַ באַנדע נאַראָנים. מענטשן פֿאַרגעסן אַז נישט די פֿראַנצויזן און נישט די ענגלענדער האָבן דעציפֿרירט היטלערס „עניגמאַ” קאָד. די פּאָליאָקן האָבן עס יאָ געשאַפֿן און איבערגעגעבן זייער סוד צו ענגלאַנד. אַ דאַנק דעם האָבן די ענגלענדער געוווּסט אין פֿאָרויס וואָס די דײַטשע אַרמיי האָט בדעה צו טאָן פֿונעם אָנהייב ביזן סוף פון דער צווייטער וועלט־מלחמה. הכּלל, אַ פּוילישער ביזנעסמאַן קען זײַן פּונקט אזוי כיטרע ווי דו. אַפֿילו נאָך מער.


פּוילישער ביקסקופּ בעט מחילה פֿאַרן פּוילישן חטא אין יעדוואַבנע

„מיט גרויסע פּיין און חרטה בעטן מיר מחילה בײַ אונדזערע ייִדישע ברידער און שוועסטער” — מיט די ווערטער האָט דער ביסקופּ ראַפֿאַל מאַרקאָווסקי אָנגעהויבן זײַן רעדע אויף דער הײַ־יאָריקער יעדוואַבנע טרויער־אַקאַדעמיע.

יעדוואַבנע איז אַ פּויליש שטעטל ווו פּוילישע פּויערים האָבן פֿאַרברענט זייערע ייִדישע שכנים אין אַ סילאָ בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.

דאָס איז דאָס ערשטע מאָל וואָס אַזאַ הויכע פּערזענלעכקײט פֿון דער פּוילישער קירך רעדט אַזעלעכע קלאָרע דיבורים וועגן דעם אָנטייל פֿון פּאָליאַקן אינעם חורבן.

אין מאַרקאָווסקיס ווערטער הערן מיר אַן עכאָ פֿון דער דעקלאַראַציע פֿונעם פּוילישן פּויפּסט, יאַן פּאַוועל אָדער דזשאָן פּאָל דער צווייטער. דער פּוילישער פּויפּסט האָט משנה געווען די קריסטלעכע אידעאָלאָגיע אויף אַ גרינטלעכן אופֿן. די קריסטלעכע אמונה איז נישט געקומען צו פֿאַרטרעטן די ייִדישע אמונה, האָט ער געזאָגט. די ייִדן זענען די עלטערע ברידער פֿון די קריסטן, האָט ער באַטאָנט. ברידער, ווי מיר אַלע ווייסן, דאַרפֿן לעבן בשלום.