פּרינץ וויליאַם און זײַן פֿרוי קייט, פֿון דער בריטישער קיניגלעכער משפּחה, האָבן באַזוכט דעם געוועזענעם שטוטהאָפֿער קאָנצענטראַציע־לאַגער אין פּוילן דינסטיק, וווּ זיי האָבן אויסגעהערט די פּערזענלעכע איבערלעבונגען פֿון צוויי ייִדן וואָס האָבן מיטגעמאַכט דעם לאַגער.
דאָס קיניגלעכע פּאָרפֿאָלק האָט געמאַכט אַ טור פֿונעם שטוטהאָפֿער לאַגער — דער ערשטער קאָנצענטראַציע־לאַגער וואָס נאַצי־דײַטשלאַנד האָט געבויט אין פּוילן, אין 1939, און איינער פֿון די לעצטע באַפֿרײַט צו ווערן. מער ווי 85,000 מענטשן זענען דאָרט אומגעקומען.
פּרינץ וויליאַם און קייט זענען אויך אַרײַן אינעם אָרטיקן מוזיי, וווּ זיי האָבן זיך דערוווּסט די געשיכטע פֿון די 110,000 מענטשן וואָס מע האָט פֿאַרשיקט קיין שטוטהאָף. זיי האָבן געזען אַן אויסשטעלונג וואָס ווײַזט די אוממענטשלעכע באַדינגונגען וואָס די אַרעסטאַנטן האָבן געמוזט אויסשטיין און בערגלעך שיך — טויזנטער — וואָס האָבן געהערט צו די מענטשן וועלכע מע האָט פֿאַרברענט אין גאַזקאַמער. מע האָט זיי אויך געוויזן דעם גאַזקאַמער גופֿא.
וויליאַם, וועלכער איז דער צווייטער קאַנדידאַט אויפֿן טראָן, און קייט האָבן געפֿירט אַ שמועס מיט צוויי לעבן געבליבענע ייִדן פֿון שטוטהאָף — מאַנפֿרעד גאָלדבערג און זיגי שיפּער, ביידע פֿון צפֿון־לאָנדאָן — וואָס האָבן זיי דערציילט וואָס זיי האָבן מיטגעמאַכט שטוטהאָף. דערנאָך האָבן די צוויי 87־יאָריקע ייִדן געפֿירט דאָס פּאָרל צום דערבײַיִקן ”מגן־דוד מאָנומענט“ וווּ זיי האָבן געמאַכט אַן אל מלא רחמים.
נאָכן וויזיט האָבן וויליאַם און קייט גענומען זייערע צוויי קינדערלעך — פּרינץ דזשאָרדזש וואָס ווערט באַלד פֿיר יאָר און פּרינצעזין שאַרלאָט וואָס איז אַלט צוויי יאָר — צו אַ גאַסן־קערמעשל לכּבֿוד די קיניגלעכע געסט אינעם גדאַנסקער מאַרקפּלאַץ. טויזנטער מענטשן און גאַסן־פֿאַרווײַלער האָבן זיך געשטעלט אויף די וועגן צו כאַפּן אַ בליק פֿונעם פּאָרפֿאָלק.
וויליאַם און קייט האָבן אויך באַזוכט אַ מוזיי אין גדאַנסק וווּ מע האָט אָפּגעמערקט די ”סאָלידאַרנאָש“־באַוועגונג וואָס האָט אין די 1980ער יאָרן זיך אַנטקעגנגעשטעלט דער קאָמוניסטישער פֿירערשאַפֿט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.