די הײַנטיקע טאָפּלטע פּרשה דערציילט ווײַטער וועגן די רעזולטאַטן פֿונעם היזק, וואָס אַ גרופּע פֿרויען האָט גורם געווען די ייִדן אינעם מידבר, פֿאַרפֿירנדיק זיי צו דינען עבֿודה־זרה. הגם די פֿרויען זענען געקומען פֿון מואָבֿ, האָט דער אייבערשטער אָנגעזאָגט משה רבינו צו באַשטראָפֿן דווקא די מדינים, ווײַל דער הויפּט־אָרגאַניזאַטאָר פֿונעם היזק איז געווען בלק, דער מלך פֿון מדין.
אינעם צווייטן טייל פֿון אונדזער סדרה ווערן איבערדערציילט די וואַנדערונגען פֿונעם ייִדישן פֿאָלק איבער 42 פֿאַרשיידענע ערטער אינעם מידבר. פֿאַר אַ הײַנטיקן לייענער קלינגט די מלחמה ווי אַן אומעטישע קאָלעקטיווע שטראָף. פֿאַרוואָס האָט דער אייבערשטער אָנגעזאָגט זיך נוקם צו זײַן אין אַ גאַנץ פֿאָלק, אויב בלויז זייער קיניג איז געווען שולדיק? די ליסטע פֿון די נסיעות איבערן מידבר קלינגט אויך אַ ביסל מאָדנע, ווײַל ס׳רובֿ דערמאָנטע מקומות בלײַבן אומבאַקאַנט. ווי באַלד זיי ווערן כּמעט אינגאַנצן נישט באַשריבן, קאָן מען נישט רעקאָנסטרויִרן דעם גענויעם מאַרשרוט פֿון די וואַנדערונגען. אַלע נעמען ווערן פּינקטלעך דערמאָנט, אָבער קיין געאָגראַפֿישע אינפֿאָרמאַציע איז נישטאָ.
וועגן די עטישע אַספּעקטן פֿון דער בוכשטעבלעכער מלחמה קעגן די מדינים קאָן מען טעאָרעטיזירן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים. די קלאַסישע מפֿרשים, בפֿרט די חסידישע צדיקים, דערקלערן אָבער איר אַלגעמיינעם אינערלעכן באַדײַט, וואָס לייגט זיך גאַנץ גרינג אויפֿן שׂכל און דערמעגלעכט אונדז צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי די צוויי טיילן פֿון אונדזער פּרשה זענען פֿאַרבונדן איינער מיטן צווייטן.
די זיבן פֿעלקער, וואָס האָבן אַמאָל באַזעצט ארץ־כּנען, סימבאָליזירן די שלעכטע מידות. יעדער מענטש מוז פֿירן קעגן זיי אַ מלחמה און שטרעבן זיי אין גאַנצן אויסצוראָטן. אַזוי ווי אינעם גשמיותדיקן זין פֿון דער תּורה־מעשׂה, האָט מען נישט אַלעמאָל געדאַרפֿט בוכשטעבלעך דערהרגענען די כּנענים. יהושע בן נון האָט מגייר געווען רחבֿ, אַ געוועזענע כּנענישע זונה, און האָט מיט איר חתונה געהאַט; בעת דער מלחמה, האָט אַ ייִד געמעגט אויסקלײַבן פֿאַר זיך אַ כּנענישע פֿרוי. די גבֿעונים האָבן שלום געמאַכט מיט ייִדן; אַ טייל כּנענים זענען אַנטלאָפֿן.
אינעם אינערלעכן קאַמף קעגן דעם יצר־הרע זענען אויך פֿאַראַן פֿאַרשיידענע סטראַטעגיעס. אין אַ געוויסן זין, איז גרינגער אין גאַנצן אויסצוראָטן די שלעכטע מידות. הגם אויבערפֿלעכלעך זעט עס אויס ווי זייער אַ שווערער עבֿודה, בלײַבט דער צוועק גענוג דײַטלעך. ליב צו האָבן אַלעמען, זיך נישט בייזערן אַפֿילו אין די ערגסטע סיטואַציעס, נישט מקנא צו זײַן, נישט אַרײַנצופֿאַלן אין מרה־שחורה און צו זײַן אַלעמאָל בשׂימחה. שווער צו דערגרייכן, אָבער מע פֿאַרשטייט, ווער עס זענען די זיבן מינים שלעכטע „תּושבֿים“, וואָס מע מוז זיי פֿאַרטרײַבן פֿונעם אינערלעכן ארץ־כּנען, כּדי צו פֿאַרוואַנדלען דאָס האַרץ אין אַ „הייליקן לאַנד“. אַזעלכע קלאַסישע קבלה־ספֿרים, ווי „תּומר דבֿורה“ פֿון רבי משה קאָרדאָוועראָ (רמ״ק) אָדער „שערי קדושה“ פֿון רבי חיים וויטאַל, שילדערן גאַנץ פּרטימדיק די מדרגות פֿונעם גײַסטיקן וווּקס. מע קאָן האָרעווען אַ גאַנץ לעבן און בלויז דורכמאַכן די ערשטע פּאָר טריט אויפֿן דאָזיקן וועג, אָבער פֿאָרט פֿאַרשטייט מען דאָך, וועלכע מידות מע דאַרף שטרעבן אין זיך אַנטוויקלען און וועלכע – אויסצוּוואָרצלען.
עס טרעפֿן זיך אָבער סיטואַציעס, ווען ס׳איז בעסער נישט פּטור צו ווערן אין גאַנצן פֿון אַ שלעכטער מידה, אָבער שלום צו מאַכן מיט איר אָדער זי „מגייר“ צו זײַן, פֿאַרוואַנדלען אין אַ גוטן כאַראַקטער־שטריך. אויפֿן ערשטן בליק, קלינגט עס גרינגער און מער אָפּטימיסטיש. דער בעל־שם־טובֿ האָט דאָך געגעבן אַן עצה צו זײַן בשׂימחה און אויסצונוצן די גשמיותדיקע הנאָות לשם־שמים, אַנשטאָט צו פֿאָלגן דעם שווערן און אַסקעטישן דרך פֿון די אַלטע מוסר־ און קבלה־ספֿרים. די אַמאָליקע צדיקים האָבן זיך כּסדר געפּײַניקט אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים, זיך געטובֿלט אין אײַז־קאַלטע מיקוות, געשלאָפֿן געהעריק בלויז פֿרײַטיק צו נאַכט, געפֿאַסט גאַנצע וואָכן, וכּדומה. די חסידים האָבן אַזעלכע מעטאָדן מבֿטל געווען, הגם אַ ריי באַרימטע חסידישע צדיקים האָבן זיי ווײַטער פּראַקטיקירט.
קלינגען קלינגט עס אַוודאי שענער און בעסער צוגעפּאַסט צו אונדזער מאָדערנעם וועלט־באַנעם, אָבער קלאָרער איז עס נישט. הגם מע קאָן זיכער פֿאַרוואַנדלען, אין פּרינציפּ, אַלע גשמיותדיקע תּאוות אין ריין רוחניות, קאָן מען אויך, נעבעך, ווערן ממש אַ בהמה. דאָס איז אַן עקסטרעמער היפּוך פֿונעם דערמאָנטן פֿאַרצײַטיקן אַסקעטיזם.
רבי נחמן בראַצלעווער האָט באַטאָנט, אַז ס׳איז וויכטיק אין זיך צו אַנטוויקלען „עזות־דקדושה“. געוויינטלעך איז עזות־פּנים גאָר אַ שלעכטע מידה, אָבער עס טרעפֿן זיך סיטואַציעס, ווען מע מוז זיך באַנוצן דערמיט לשם־שמים. ווידער קלינגט עס גוט אין אונדזער תּקופֿה, ווען יעדער מענטש וויל זיך האַלטן אומאָפּהענגיק. וווּ ליגט אָבער די גרענעץ צווישן עזות לשם־שמים און סתּם חוצפּה?
אַזוי צי אַזוי, איז נישט אַזוי שווער צו פֿאַרשטיין, וואָס מע דאַרף טאָן מיט די שלעכטע מידות: אָדער פֿון זיי פּטור צו ווערן, אָדער צו אַדאַפּטירן פֿאַר גוטע צוועקן. די מדינים סימבאָליזירן אַן אַנדער אינערלעכן שׂונא פֿונעם מענטש: דעם פֿאַרקרומטן שׂכל. משה רבינו האָט געהייסן אָנצוהייבן אַ מלחמה קעגן דעם דאָזיקן שׂונא, ווײַל ער שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ באַזונדערס גרויסע סכּנה.
יעדער מענטש האָט אַן אוניקאַלן געדאַנקען־גאַנג. אין פֿאַרגלײַך מיט די מידות, איז נישטאָ קיין אַלגעמיינעם „רעצעפּט“, ווי אַזוי מע זאָל טראַכטן. אין דער הײַנטיקער חרדישער וועלט האָט זיך פֿאַרשפּרייט דער פּשוטער מעטאָד, וואָס דערמאָנט אין אַ געוויסער מאָס אינעם אַמאָליקן אַסקעטישן שטייגער לעבן. מע שטרעבט צו בלײַבן אין גאַנצן איזאָלירט פֿון דער אַרומיקער וועלט און אַלע „גוייִשע חכמות“. למעשׂה, ברענגט אַזאַ צוגאַנג נישט זעלטן צו גאָר פֿאַרקרימטע מחשבֿות. ווי עס האָט זיך אויסגעדריקט מײַנער אַ באַקאַנטער, אַ חסידישער רבֿ, „היימיש ווערט בהמיש“. אַדרבה, ווי דער בעל־שם־טובֿ האָט באַטאָנט, קאָן מען פֿון יעדער חכמה און אַפֿילו אַ נאַריש ווערטל, וואָס מע האָט דערהערט על־פּי צופֿאַל אויף דער גאַס, אָפּלערנען אַ מוסר־השׂכּל.
ס׳איז נישט גענוג בלויז אָנצוהייבן אַ מלחמה קעגן דעם אינערלעכן „מדין“, פֿאַרשאַרפֿנדיק כּסדר דעם שׂכל און אויסוואַרפֿנדיק די שׂונאים פֿונעם אייגענעם נשמה־לאַנד. דאָס איז בלויז דער ערשטער טראָט אויף דער לאַנגער נסיעה, וואָס ווערט באַשריבן אינעם צווייטן טייל פֿון אונדזער טאָפּלטער סדרה.
די מקובלים, בעלי־מוסר און חסידישע צדיקים זענען מסביר דעם אינערלעכן באַדײַט פֿון עטלעכע ערטער אין דער פּרשה „מסעי“, וואָס שטעקט ברמז אין זייערע נעמען. איין קלאַסישער בײַשפּיל איז „קבֿרות־התּאווה‟ – אַ געוויסע סטאַנציע אין מיטן דעם לעבנס־וועג, ווען די גשמיותדיקע תּאוות ווערן „באַגראָבן“ און פֿאַרברענט אינעם אַנטפּלעקטן געטלעכן ליכט. אין אַלגעמיין, בלײַבט אָבער דער וועג אומקלאָר.
דערפֿאַר דערציילט די תּורה וועגן די מידבר־נסיעות פֿונעם ייִדישן פֿאָלק דווקא אין אַזאַ „אומגעאָגראַפֿישן“ סטיל. מיר ווייסן, אַז אַחוץ די אינערלעכע מלחמות קעגן די שלעכטע מידות און פֿאַרקרימטע געדאַנקען מוזן מיר דורכגיין אין אונדזער לעבן אַ סך פֿאַרשיידענע „סטאַנציעס“. יעדע מענטשלעכע נשמה שטעלט אָבער מיט זיך פֿאָר אַן אוניקאַלע וועלט מיט אַן אייגענער „געאָגראַפֿיע“. מיר ווייסן יאָ, אַז דער וועג צו רוחניותדיקע השׂגות איז אַ לאַנגער, און מיר ווייסן אַפֿילו די קאָנקרעטע נעמען פֿון 42 מדרגות אויפֿן דאָזיקן וועג. וואָס מיינען די דאָזיקע נעמען איז אָבער נישט קלאָר, ווײַל יעדער מענטש מוז געפֿינען זײַן אייגענעם אוניקאַלן דרך. אַן ענלעכע מדרגה אָדער השׂגה קאָן זיך אַנטפּלעקן אין פֿאַרשיידענע סיטואַציעס, צומאָל היפּוכדיקע, אויף פֿאַרשיידענע פּערזענלעכע אופֿנים.
מיט דער הײַנטיקער סדרה שליסט זיך דער חומש „במדבר“, וועלכער ווערט אויך אָנגערופֿן „ספֿר הפּיקודים“ און האָט אָפֿט צו טאָן מיט חשבונות. קורחס מחלוקת, די מעשׂה מיט זמרי און כּזבי, דאָס קנאָות פֿון פּנחס, דער חטא פֿון די מרגלים און אַנדערע געשיכטעס ווײַזן אונדז, אַז אַפֿילו אַ גרויסער מענטש קאָן מאַכן אַ קאַטאַסטראָפֿישן טעות. און פֿאַרקערט: אין אויסטערליש צווייפֿלהאַפֿטיקע מעשׂים באַהאַלט זיך צומאָל אַ קערנדל פֿון אמת. אַזוי צי אַזוי, מוזן מיר שטרעבן צו מאַכן דעם ריכטיקן דין־וחשבון, כּדי ממשיך צו זײַן אונדזער נשמה־נסיעה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.