דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר אין פּוילן מוז ווערן מער אַקטיוו

The Israeli Ambassador to Poland Needs to Be More Active

Courtesy of alchetron.com

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published July 21, 2017, issue of July 28, 2017.

ס׳איז נישטאָ קיין שום נאָבעל־פּריז פֿאַר דיפּלאָמאַטיע. פֿון דעסטוועגן האָבן געוויסע ישׂראלדיקע דיפּלאָמאַטן געמאַכט אַזאַ שטאַרקן רושם, אַז זיי זענען אויף אייביק אײַנגעקריצט געוואָרן אין אונדזער זכּרון.

אבא אבֿן, דער ישׂראלדיקער אויסלאַנד־מיניסטער איז געווען אַזאַ דיפּלאָמאַט. מענטשן, און נישט דווקא ליבהאָבערס פֿון ישׂראל, זענען געקומען הערן זײַנע רעדעס אויף די פֿאַרזאַמלונגען פֿון דער „יו־ען”. חוץ אַלע זײַנע אַנדערע מעלות, איז אַבאַ אבן געווען איינער פֿון די גרעסטע ענגליש־רעדנדיקע אָראַטאָרן פֿון זײַן דור.

אנה אזרי [אַנאַ אַזאַרי], די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדאָרין אין וואַרשע, איז נישט אַזאַ אויסנאַם. זי געהערט צו די הונדערטער געוויינטלעכע דיפּלאָמאַטן אויף דער וועלט.

נו, פֿאַר וואָס מאַכט דאָס אויס? איז דער ענטפֿער אַזאַ: אפֿשר אין קאָסטאַ־ריקע אָדער בולגאַריע זענען געוויינטלעכע דיפּלאָמאַטן גענוג. ישׂראל געפֿינט זיך אָבער נישט אין דער זעלבער לאַגע ווי קאָסטאַ־ריקע אָדער בולגאַריע. ישׂראל געפֿינט זיך אין מיטן פֿון אַ דיפּלאָמאַטישן וועלטקריג. דער פּרײַסישער גענעראַל קאַרל פֿיליפּ גאָטפֿריד פֿון קלאַוזעוויץ האָט אַ מאָל געזאָגט אַז מלחמה איז דער המשך פֿון פּאָליטיק מיט אַנדערע מיטלען. בײַ די אַראַבישע און איראַנישע קעגנערס פֿון ישׂראל איז פֿאַרקערט: פּאָליטיק דער המשך פֿון דער מלחמה מיט אַנדערע מיטלען. טאָג־אײַן טאָג־אויס ווערט געפֿירט אַ דיפּלאָמאַטישע מלחמה קעגן דער ייִדישער מדינה אויף אַלע פֿראָנטן. די הויפּט־שיטה פֿון דעם דאָזיקן קאַמף איז די דעליגטימיזאַציע פֿון דער ייִדישער מדינה. ישׂראל האָט נישט קיין רעכט צו עקזיסטירן — אָט די בשׂורה האָט די אַנטי־ישׂראלדיקע דיפּלאָמאַטיע פֿאַרשפּרייט מיט גרויס דערפֿאָלג איבער דער גאַנצער וועלט.

אַ מלחמה קען מען נישט געווינען אָן קיין מאָביליזאַציע. דער ישׂראלדיקער מלוכה־קאָנטראָלער, „מבֿקר המדינה” אויף עבֿרית, האָט פֿעסטגעשטעלט אין זײַן לעצטן באַריכט אַז דער אויסלאַנד־מיניסטעריום איז דורכגעפֿאַלן אין זײַן מיסיע צו פֿאַרטיידיקן די ייִדישע מדינה קעגן דער אַנטי־ישׂראלדיקער קאַמפּאַניע אויף דער וועלט בכלל און אין אייראָפּע בפֿרט. 64% פֿון די פֿראַנצויזן, 67% פֿון די דײַטשן און 72% פון די ענגלענדער האַלטן הײַנט אַז ישׂראל האָט אַ נעגאַטיוון אײַנפלוס אויף דער וועלט.

אין זײַן באַריכט שרײַבט דער קאָנטראָלער אַז דער אויסלאַנד־מיניסטעריום האָט, למשל, נישט אויסגעאַרבעט קיין שום סטראַטעגיע קעגן דער „בויקאָטיר ישׂראל־באַוועגונג“ און האָט בכלל נישט קיין פּלאַן אין זײַן מלחמה קעגן ישׂראלס שׂונאים אויף דער וועלט.

די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדע אין וואַרשע איז מסתּמא, צום באַדויערן, אַ טייל פֿון דער דאָזיקער נישט־געלונגענער באַמיִונג צו פֿאַרטיידיקן די ייִדישע מדינה אויפֿן דיפּלאָמאַטישן פֿראָנט.

פּוילן האָט אַ ספּעציעלע באַציִונג מיט ישׂראל. זי האַלט אַז ביידע מדינות און ביידע פֿעלקער האָבן אַ בשותּפֿותדיקע היסטאָרישע ירושה. טאַקע צוליב דעם וואָלט די ישׂראל־אַמבאַסאַדע געקאָנט שפּילן אַ וויכטיקע ראָלע, דורכן שטעלן ישׂראל אין אַ פּאָזיטיוון ליכט. שבֿח ווײַס איז געווען דער אַמבאַסאַדאָר פֿון ישׂראל אין וואַרשע פֿון 2001 ביז 2003. במשך פֿון די צוויי קורצע יאָרן האָט ער געוויזן ווי אַזוי מע קען איבערצײַגן פּוילן צו שטיצן ישׂראל אויב מען קען און מען וויל. ווײַס איז געוואָרן ממש אַ „סטאַר”, ווי מען זאָגט אין אמעריקע און אין דער פּוילישער מעדיאַ. ווײַס רעדט פֿליסיק פּויליש; ער איז אַ מענטש מיט חן און הומאָר און איז געווען אַן אָפֿטער און באַליבטער גאַסט אויף אומצאָליקע ראַדיאָ־ און טעלעוויזיע־פּראָגראַמען איבער פּוילן. ער האָט זיך נישט געפֿוילט און אָנטייל גענומען אין אַלע וויכטיקע צערעמאָניעס וואָס האָבן אַ שײַכות מיט דער בשותּפֿותדיקער פּוילישער ייִדישער געשיכטע.

אין פֿאַרגלײַך האָט אַמבאַסאַדאָרין אַזאַרי הײַיאָר פֿאַרפֿעלט צוויי חשובֿע טרויער־אַקאַדעמיעס. הגם באַריכטן האָבן איבערגעגעבן אַז זי האָט צרות מיט אַ פֿוס איז מיר נישט פֿאַרשטענדלעך פֿאַר וואָס זי איז אויף ביידע הזכּרות נישט געקומען, נעמענדיק אין באַטראַכט אַז איינע איז געווען אין אַפּריל און די צווייטע אין יולי.

ערשטנס איז זי נישט געקומען אויף דער טרויער־אַקאַדעמיע לזכּרון דעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד. ס׳איז שווער איבערצוטרײַבן די וויכטיקייט פֿון דער דאָזיקער טרויער־אַקאַדעמיע בײַ די פּאָליאַקן. אין אַמעריקע אַז מען זאָגט: It’s all history now מיינט מען אַז דאָס איז אַ גאָרנישט מיט אַ נישט. בײַ די פּאָליאַקן איז געשיכטע אָבער ממש אַ צווייטע רעליגיע. די געטאָ טרויער־אַקאַדעמיע וואָלט געווען אַ פּאַסיק אָרט און צײַט צו דערמאָנען אַ פֿאַקט וואָס ווערט, ליידער, איגנאָרירט אין הײַנטיקן אייראָפּע: אין 1943 איז דער איינציקער גרויסער שטאָטישער אויפֿשטאַנד קעגן די נאַציס געפֿירט געוואָרן דורך אַ גרופּע יונגע ציוניסטן אין וואַרשע. דער „בונד” האָט, פֿאַרשטייט זיך, אויך אָנטייל גענומען אינעם אויפֿשטאַנד, אָבער סײַ מרדכי אַנילעוויטש סײַ פּאַוועל פֿרענקל, די צוויי קאָמאַנדאַנטן פֿונעם אויפֿשטאַנד, זענען געווען ציוניסטן.

אין אַ צײַט ווען מען פֿאַרגלײַכט ציוניזם מיט נאַציזם האָט די ישׂראל־אַמבאַסאַדאָרין געקאָנט זיך באַווײַזן אויף דער גרויסער מלוכישער צערעמאָניע טאַקע כּדי צו דערמאָנען אַלעמען אין דעם פֿאַקט. איך רעד שוין נישט וועגן דעם אַז די חשובֿסטע פּוילישע פֿירערס זענען יאָ געקומען באַערן די ייִדישע העלדן.

די אַמבאַסאַדאָרין איז אויך נישט געקומען אויף דער טרויער־אַקאַדעמיע לזכּרון די ייִדישע קרבנות אין יעדוואַבנע — די אַכזריותדיקע אַקציע פֿון אַ גרופּע פּוילישע פּויערים וואָס האָבן אין יולי 1941 לעבעדיקערהייט פֿאַרברענט אין אַ סילאָ זייערע ייִדישע שכנים.

אויף דער הײַיאָריקער צערעמאָניע האָט דער ביסקופּ ראַפֿאַל מאַרקאָווסקי אַליין דערקלערט אין זײַן רעדע: „מיר בעטן מחילה בײַ אונדזערע ייִדישע ברידער און שוועסטער.” איז טאַקע אַ חידוש אַז אַ הויך־ראַנגיקע פּערזענלעכקײט אין דער פּוילישער קאַטוילשער קירך איז יאָ געקומען אויף דער צערעמאָניע אין אָנדענק פֿון די ייִדישע קרבנות, אָבער די ישׂראל־אַמבאַסאַדאָרין — נישט.

דער „פֿאָרווערטס” האָט געבעטן ביי אַנאַ אַזרי אַן אינטערוויו, כּדי צו הערן איר ווערסיע פֿון דעם ענין, אָבער זי האָט זיך אָפּגעזאָגט.

„אַן אינטערוויו איז נישט נייטיק,” האָט די אַמבאַסאַדאָרין אַזאַרי געענטפֿערט. „אויף דער צערעמאָניע דעם 19טן אַפּריל (דער וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד) האָט אונדזער קולטור־אַטאַשע רעפּרעזענטירט אונדזער אַמבאַסאַדע.” דערנאָך האָט זי צוגעגעבן: „אַגבֿ, פּויליש קען איך שוין.”

פֿאַרשטייט זיך, ריכט מען זיך נישט אַז אַנאַ אַזאַרי קען אַליין פֿירן דעם קאַמף פֿאַר ישׂראל אויפֿן אייראָפּעיִשן דיפּלאָמאַטישן פֿראָנט. די פֿראַגע איז אָבער צי זי האָט ביז איצט געטאָן אַלץ וואָס זי קען.