דעם 28סטן יוני, כּמעט מיט א חודש צוריק, איז פֿאָרגעקומען אַ זאַוואַרוכע אין וואַרשע וואָס האָט שטאַרק געניזוקט דעם וואַרשעווער בית־עולם אויף דער אָקאָפּאָווער גאַס. ישׂראל שפּילמאַן, דער דירעקטאָר פֿונעם בעת־עולם, זאָגט אַז במשך פֿון דער קורצער צײַט, אַן ערך צען מינוט, זענען צווישן אַכציק און הונדערט ביימער אַרויסגעוואָרצלט געוואָרן, און אַ טייל פון די ביימער זענען געפֿאַלן אויף די מצבֿות. „ס׳האָט אויסגעזען ממש ווי אַ טאָרנאַדאָ,“ האָט ער געזאָגט.
צוויי וואָכן לאַנג איז דער בית־עולם געבליבן פֿאַרמאַכט, כּדי נישט צו ריזיקירן דעם עולם.
הײַנט איז דער בית־עולם שוין ווידער אָפֿן אָבער די רעסטאָראַציע־אַרבעט גייט ווײַטער. אַ פּראָפֿעסיאָנעלע פֿירמע פֿאַרנעמט זיך מיט די צעבראָכענע ביימער. פֿרײַוויליקע העלפֿן צו מיט יענער אַרבעט וואָס נייטיקט זיך נישט אין קיין פּראָפֿעסיאָנעלע מכשירים אָדער פֿעיִקייטן.
צום גליק זענען נישט געשעדיקט געוואָרן קיין שום מצבֿות פון באַוווּסטע פּערזענלעכקײטן. די שיינע מצבֿות פֿונעם סקולפּטאָר אַבֿרהם אָסטשעגאַ וואָס זענען נאָר וואָס רעמאָנטירט געוואָרן זענען אויך, צום גליק, נישט געניזוקט געוואָרן.
דער דאַך פֿונעם אוהל פֿונעם סלאָנימער צדיק, ר׳ שמואל ווײַנבערג, איז יאָ צעשטערט געוואָרן און ווערט איצט רעמאָנטירט.
נו, און זינט קיינער איז נישט זיכער מיטן לעבן, האָב איך געוואָלט וויסן וויפֿל סע קאָסט בײַ אונדז אין וואַרשע אַ חלקת־קבֿר. דירעקטאָר שפּילמאַן זאָגט אַז דער ייִדישער בית־עולם איז דער ביליקסטער אין וואַרשע. אַ חלקת־קבֿר קאָסט בלויז 700 זלאָטעס, אַן ערך צוויי הונדערט דאָלאַר. הייסט עס, אַז אויב מען מוז טאַקע אַוועקשטאַרבן, איז שוין בעסער צו שטאַרבן בײַ אונדז אין וואַרשע.
די ישׂראלים און פּאָליאַקן פֿאַרשטייען זייער גוט אַז זייער גורל איז געקניפּט און געבונדן מיט זייער געאָפּאָליטישער לאַגע. דאָס וואָס מיט ישׂראלס שכנים, פון כעזבאָלאַ אין לבֿנון ביז על־קײַדאַ אינעם סיני איז אַ שווער געשעפֿט, ווייסט יעדער.
דער מצבֿ פֿון די פּאָליאַקן איז אויך נישט פֿויגלדיק. די פּאָליאַקן האָבן געליטן במשך פֿון הונדערטער יאָרן פֿון זייערע מעכטיקע שכנים: רוסלאַנד אין מזרח און דײַטשלאַנד אין מערבֿ. צופֿיל צוטרוי צו די דײַטשן האָבן די פּאָליאַקן קיין מאָל נישט געהאַט. אַפֿילו די טעג ווען מיר זענען כּלומרשט גוטע חבֿרים מאַכט דײַטשלאַנד שבת פֿאַר זיך און שליסט אַן אָפּמאַך מיט רוסלאַנד איבער פּוילנס קאָפּ וואָס שייך דער נאַפֿטליניע אינעם באַלטישן ים.
ווען דײַטשלאַנד און רוסלאַנד ווערן נאָענטע שמעלקעס הייבן אָן די פּאָליאַקן צו ציטערן.
דערפֿאַר האָבן זיי באַשלאָסן אויך צו מאַכן שבת פֿאַר זיך. פּוילן שטייט בראש פֿון אַ קאָאַליציע פֿון פֿיר מדינות וואָס פֿילן זיך אַלע „געדריקט“ צווישן די רוסן און די דײַטשן. דאָס איז די ווישעגראַד־אַליאַנץ אויפֿן נאָמען פֿונעם אונגאַרישן שלאָס וווּ די דאָזיקע איניציאַטיוו איז פֿאַרלייגט געוואָרן.
די פֿיר לענדער פֿון דער ווישעגראַד־אַליאַנץ זענען פּוילן, אונגאַרן, טשעכײַ און סלאָוואַקײַ. די באַפֿעלקערונג פֿון די פֿיר לענדער איז, סך־הכּל, 64 מיליאָן מענטשן.
די פּאָליאַקן, טשעכען און סלאָוואַקן געדענקען גאַנץ גוט אַז די מערבֿ־אייראָפּעער האָבן זיי אַרויסגעגעבן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.
טענות צו די מערבֿ־אייראָפּעיִשע לענדער האָבן זיי הײַנט אויך. די ווישעגראַד־לענדער האַלטן אַז קיינער פֿון זיי איז נישט געווען קיין קאָלאָניאַלע מאַכט. זיי האָבן קיין שום שולדקאָמפּלעקסן וואָס שייך דער דריטער וועלט און זיי ווילן נישט אַרײַננעמען קיין פּליטים פֿון דאָרטן. זיי האַלטן אויך אַז די מערבֿ־אייראָפּעער האָבן נישט קיין רעכט צו קריטיקירן זיי וועגן דעם.
די ווישעגראַד־לענדער מיט פּוילן בראש זעען אין ישׂראל אַ בײַשפּיל פֿון אַ מדינה וואָס קעמפֿט מיט דערפֿאָלג פֿאר איר אומאָפּהענגיקייט, נישט געקוקט אויף דער שטענדיקער קריטיק מצד די מערבֿ־אייראָפּעיִשע לענדער.
דאָס איז מסתּמא פֿאַר וואָס דער פֿינפֿטער פּרעמיער וואָס איז אײַנגעלאַדן געוואָרן אויף דער ווישעגראַד־קאָנפֿערענץ הײַ־יאָר אין בודאַפּעשט איז געווען דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו.
נתניהו האָט באַטאָנט אין זײַן רעדע אַז ישׂראל קעמפֿט, פּונקט ווי די ווישעגראַד־לענדער, קעגן די כּוחות פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט, דהיינו דעם איסלאַמישן טעראָר. אין דער זעלבער צײַט שטרעבט ישׂראל צו אַ בעסערער צוקונפֿט פון טעכנאָלאָגישער באַנײַוּנג און פּראָגרעס.
נתניהו האָט דערמאָנט אַז ישׂראל, פּונקט ווי די ווישעגראַד־לענדער, איז אַ דעמאָקראַטיש לאַנד. ישׂראל איז די איינציקע מדינה אין מיטעלן מזרח וווּ די קריסטלעכע מינדערהייט לעבט אין שלום און זיכערהייט.
און צום סוף — אַנו טרעפֿט וווּ וועלן די ווישעגראַד־מדינות מיט פּוילן בראש זיך טרעפֿן אויף זייער שפּיץ־קאָנפֿערענץ אין יולי 2018? דער ענטפֿער: ירושלים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.