צו גראַמען צי נישט צו גראַמען

To Rhyme Or Not To Rhyme

מאַיאַ עבֿרונה, אַן ענגלישע איבערזעצערין פֿון אַבֿרהם סוצקעווער (רעכטס), און דזשויאַן הענרי לאָוענפֿעלד, וואָס היט אָפּ דעם גראַם אין זײַנע איבערזעצונגען פֿון פּושקין
Facebook
מאַיאַ עבֿרונה, אַן ענגלישע איבערזעצערין פֿון אַבֿרהם סוצקעווער (רעכטס), און דזשויאַן הענרי לאָוענפֿעלד, וואָס היט אָפּ דעם גראַם אין זײַנע איבערזעצונגען פֿון פּושקין

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published July 25, 2017, issue of July 28, 2017.

זײַענדיק אַ מחבר פֿון לידער, וואָס אַ צאָל פֿון זיי זענען אַרויס לעצטנס אין אַ נײַער אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישער פּאָעזיע, ווי אויך אַ פּאָעטישער איבערזעצער, אינטערעסיר איך זיך מיט דער ליטעראַרישער און פּאָעטישער סבֿיבֿה פֿון פֿאַרשיידענע לענדער. כ׳האָב שוין לאַנג באַמערקט אַ שאַרפֿן חילוק: ס׳רובֿ איבערזעצונגען פֿון וועלט־פּאָעזיע אויף ענגליש שטעלן מיט זיך פֿאָר כּמעט פּראָזאַיִשע פּשוטע אָפּטײַטשן פֿון יעדער שורה.

צומאָל פֿילט זיך אין די ענגלישע איבערזעצונגען אַ געוויסער ריטעם, אָבער גאָר זעלטן שטימט ער מיטן פּאָעטישן מעטער פֿונעם אָריגינאַל. ס׳רובֿ מאָדערנע אַמעריקאַנער פּאָעטן האַלטן בכלל, אַז גראַמען און פֿיקסירטע קלאַסישע לידער־פֿאָרעמס זענען אַלטמאָדיש און באַגרענעצן די קינסטלערישע מיטלען פֿונעם מחבר. באַקומט זיך אַ מצבֿ, ווען גענויע פּאָעטישע איבערזעצונגען פֿון אַנדערע שפּראַכן קאָנען שאַפֿן בײַם אַמעריקאַנער לייענער דאָס געפֿיל פֿון פֿרעמדקייט און אַפֿילו פּרימיטיווקייט.

דער נאָבעל־לאַורעאַט יוסף בראָדסקי, אַ געבוירענער אין פּעטערבורג, האָט פֿון קינדווײַז אָן געקענט גוט ענגליש. זײַנע לידער פֿלעגט ער אַליין איבערזעצן פֿון רוסיש, מײַסטעריש אָפּהיטנדיק דעם אָריגינעלן גראַם און ריטעם. וווינענדיק אין ניו־יאָרק, האָט דער גרויסער פּאָעט און ליטעראַטור־קענער זיך אָנגעטראָפֿן אויף אַ פּלעפֿנדיקן פֿענאָמען: די אַמעריקאַנער לייענער האָבן אָפֿטמאָל נישט אויפֿגענומען זײַנע ווערק, איבערגעזעצט דורכן מחבר גאַנץ גענוי אויף ענגליש, ווי „נאָרמאַלע‟ לידער.

להיפּוך, איז שווער איבערצוזעצן פֿון ענגליש אויף רוסיש אַזאַ ווערק, ווי אַלען גינזבערגס Howl („גוואַלד־געשריי“). אויב עמעצן וואָלט זיך אײַנגעגעבן אָפּצוהיטן דעם אָריגינעלן ריטעם — און אויב עס לוינט זיך בכלל דאָס צו טאָן — וואָלט עס געקלונגען פֿאַרן רוסישן אויער ווי אַ מאָדנער אומפּאָעטישער טעקסט.

נישט אַלעמאָל איז גרינג צו באַשטימען דעם חילוק צווישן פּאָעזיע און פּראָזע. דער רוסישער קלאַסיקער ווענעדיקט יעראָפֿעיעוו האָט אויך באַטראַכט זײַן מײַסטעריש ווערק „מאָסקווע־פּעטושקי‟ ווי אַ פּאָעמע. גינזבורג האָט געשאַפֿן זײַן ווערק אינעם יאָר 1956 אונטער דער השפּעה פֿון האַלוצינאָגענישע נאַרקאָטיקן בעת יעראָפֿעיעוו האָט געשעפּט זײַנע דמיומות, אָנגעשריבן אין 1969־1970, פֿון עקסטרעם ריזיקע דאָזעס בראָנפֿן. פֿונעם ביטערן טראָפּן איז ער, נעבעך, יונג געשטראָבן. נישט געקוקט אויף געוויסע קולטורעלע פּאַראַלעלן, קלינגט זײַן ווערק ווי פּראָזע, בעת „גינזיס‟ ווערק — טאַקע ווי אַ פּאָעמע, אויפֿן אַמעריקאַנער געשמאַק.

אַזוי צי אַזוי, בלײַבט פּעטערבורג אַ ליטעראַרישע שטאָט, וווּ עס ווערן כּסדר דורכגעפֿירט כּלערליי פּאָעטישע אונטערנעמונגען. פּאָעטן דעקלאַמירן זייערע לידער אין דער שיל, אויף דער גאַס, אין ביכערקראָמען און אין באַרן. די קלאַסישע געגראַמטע פּאָעזיע בלײַבט אַ טײַערע סחורה.

די פּעטערבורגער שאַצן אויך אָפּ, ווען מע זעצט איבער די רוסישע פּאָעטן אויף אַנדערע שפּראַכן, אַרײַנגערעכנט ענגליש. למשל, דעם 18טן יוני איז אין דער פּעטערבורגער צענטראַלער ביבליאָטעק אויפֿן נאָמען פֿון לערמאָנטאָוו (אויך, אַוודאי, אַ פּאָעט), פֿאָרגעקומען אַן אונטערנעמונג, בעת וועלכער דזשוליאַן הענרי לאָוענפֿעלד, אַן אַמעריקאַנער ייִד, האָט פֿאָרגעלייענט זײַנע איבערזעצונגען פֿון אַלעקסאַנדר פּושקינס לידער. אין פֿאַרגלײַך מיט ס׳רובֿ אַנדערע ענגלישע איבערזעצער, היט ער אָפּ נשקשהדיק דעם ריטעם פֿונעם רוסישן קלאַסיקער.

אַזוי צי אַזוי, פֿרעגט זיך אַ קשיא: צו וועלכער זײַט פֿונעם קולטורעלן ספּעקטער געהערט די ייִדישע פּאָעטישע טראַדיציע? אָנגעשריבן אין מיזרח־אייראָפּע אונטער דער שטאַרקער דײַטשישער און רוסישער השפּעה, האָבן כּמעט אַלע ייִדישע קלאַסיקער געפֿאָלגט דעם קלאַסישן גראַם. איציק מאַנגער צי דוד האָפֿשטיין לאָזן זיך נאַטירלעך איבערזעצן אויף רוסיש, ווײַל זיי שטימען מיטן אַלגעמיינעם קולטורעלן גײַסט פֿונעם אַרום.

די ייִדישע פּאָעטישע קרײַזן אינעם דרום־מיזחדיקן ראַיאָן פֿון מאַנהעטן און אַנדערע מקומות אין דער „נײַער וועלט“ האָבן ממשיך געווען די מיזרח־אייראָפּעיִשע טראַדיציע. שפּעטער, האָבן אַ טייל פּאָעטן אײַנגעפֿירט מער אַמעריקאַנער מינים אַוואַנגאַרד־פּאָעזיע. צום בײַשפּיל, אין 1926 זענען דערשינען אין ניו־יאָרק יעקבֿ גלאַטשטיינס „פֿרײַע פֿערזן“. אין פֿאַרגלײַך מיטן הײַנטיקן פֿאַרשפּרייטן אַמעריקאַנער פֿרײַען סטיל, קלינגט זײַן זאַמלונג אָבער נאָך אַלץ גענוג קאָנסערוואַטיוו.

בדרך־כּלל, שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז די ייִדישע פּאָעזיע בלײַבט געטרײַ דער מיזרח־אייראָפּעיִשער טראַדיציע. דער אין גאַנצן פֿרײַער „ווערליבר‟ האָט נאָך נישט געוווּנען אַ ממשותדיקע פּאָפּולאַריטעט. למשל, דער באַגאַבטער אַמעריקאַנער פּאָעט שלום בערגער איז אַ „חסיד‟ פֿונעם קלאַסישן גראַם. אין זײַנע איבערזעצונגען אויף ענגליש שטרעבט ער אויך אָפּצוהיטן דעם ריטעם פֿונעם אָריגינאַל. אַ וויכטיקער יוצא־מן־הכּלל זענען געוויסע ייִדיש־לערנער, וואָס ווילן שוין מאַכן די ערשטע טריט אין דער וועלט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור; דערפֿאַר שרײַבן זיי די ערשטע לידער אויף ייִדיש, אָן קיין גראַם און אָן קיין טעם — אַבי געשריבן.

ווי אַן אַנדער בײַשפּיל פֿונעם גוטן אויטענטישן צוגאַנג קאָן מען דערמאָנען די אַמעריקאַנער פּאָעטעסע, שרײַבערין און איבערזעצערין מאַיאַ עבֿרונה, וועלכע פֿאַרנעמט זיך מיט ענגלישע איבערזעצונגען פֿון אַבֿרהם סוצקעווער, אַנאַ מאַרגאָלין, יוסף קערלער און אַנדערע באַקאַנטע ייִדישע פּאָעטן. אין פֿאַרגלײַך מיט די רוסישע שטרענגע סטאַנדאַרטן, ווײַכן אירע ענגלישע ווערסיעס פֿונעם אָריגינעלן גראַם און ריטעם. בדרך־כּלל, גיט זי איבער, אויף אַן אַמעריקאַנער שטייגער, דעם מוזיקאַלישן טעם פֿונעם אָריגינעלן טעקסט.

אין איר אייגענער פּאָעזיע, באַנוצט זיך עבֿרונה זעלטן מיט גראַמען. אין אַ שמועס מיט מיר האָט זי מסכּים געווען, אַז אויף דער הײַנטיקער אַמעריקאַנער פּאָעטישער סצענע הערשט איצט אַ סטיל, וואָס קלינגט „נישט זייער מוזיקאַליש‟. וואָס שייך איבערזעצונגען פֿון אַנדערע שפּראַכן, האַלט זי, אַז מע דאַרף שטרעבן איבערצוגעבן דעם טעם פֿונעם אָריגינאַל. פֿון דעסט וועגן, מיינט זי, אַז אויף ענגליש איז בעסער איבערצוזעצן נישט צו געטרײַ, כּדי דאָס ליד זאָל נישט קלינגען אַלטפֿרענקיש. צו גוטע גראַמען קאָנען, פּאַראַדאָקסאַל, קאַליע מאַכן דאָס איבערזעצטע ווערק פֿאַרן הײַנטיקן נאַטירלעכן ענגליש־רעדער.

די פּאָעטעסע גיט איבער, אַז זי האָט אָנגעהויבן איבערזעצן פּאָעזיע פֿון ייִדיש בערך מיט 9 יאָר צוריק. לכתּחילה איז עס געווען אַ טייל פֿון איר לערנען די שפּראַך. ווי באַלד זי האָט שטודירט ייִדיש אין ווילנע, האָט זי זיך באַזונדערס פֿאַראינטערעסירט מיטן גרויסן פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער, וועלכער איז אויפֿגעוואַקסן אין דער שטאָט. אויף דער אַמעריקאַנער פּאָעטישער סצענע האָט זי שטאַרק ליב דעם נישט לאַנג צוריק ניפֿטר־געוואָרענעם לענאַרד כּהן. אַ צאָל פֿון זײַנע זינגלידער האָט זי אויך איבערגעזעצט אויף ייִדיש.

ייִדיש געפֿינט זיך הײַנט אין אַן אוניקאַלער סאָציאָ־לינגוויסטישער פּאָזיציע. לכתּחילה אַ מיזרח־אייראָפּעיִשע שפּראַך, וואָס רעפּרעזענטירט אַ כּמו־סלאַווישן נוסח פֿון ייִדישקייט, איז עס געוואָרן דאָס מאַמע־לשון בײַ אַ ספּעציפֿישן טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג אין צפֿון־אַמעריקע און ענגלאַנד: די חסידים. וווינענדיק אין פֿאַרמאַכטע קהילות, פּרוּוון זיי אָפּהיטן דעם היימישן גײַסט פֿונעם אַמאָליקן שטעטל, אויסגעמישט מיט פֿאַרשיידענע אַמעריקאַנער עלעמענטן און נײַע חרדישע טענדענצן. ווען זיי שרײַבן לידער — זעלטן — קלינגען זיי, געוויינטלעך, טאַקע אַלטמאָדיש, פֿאָרט אַלעמאָל געגראַמט. צווישן די וועלטלעכע ייִדישיסטן מכּל־המינים איז אויך פֿאַרשפּרייט אַן אינטערעס צו דער מיזרח־אייראָפּעיִשער קולטור. אין דער הײַנטיקער וועלט איז ייִדיש־טעטיקייט אָפֿט פֿאַרבונדן מיט מוזיק; ווען מע זעצט איבער זינגלידער, מוז מען היטן דעם אַלגעמיינעם קלאַנג און ממילא פֿאָלגן, מער אָדער ווייניקער, דעם גראַם און דעם טראַף.

מע קאָן זאָגן, אַז דווקא ייִדיש קאָן דינען ווי אַ בריק צווישן די היפּוכדיקע פּאָעטישע סטילן. ווי אַ מאַרגינאַלע שפּראַך פֿון דער ברייטער וועלט־פּערספּעקטיוו, פֿאַרנעמט עס פֿאָרט אַן אוניקאַל אָרט, ווי אַ כּמו־סלאַוויש לשון, וואָס האָט זיך איבערגעפּעקלט, אין אַ גרויסער מאָס, קיין אַמעריקע. די הײַנטצײַטיקע אַמעריקאַנער מחברים קאָנען שאַפֿן לידער אויף ייִדיש אין אַ פֿרײַען סטיל, וואָס קלינגט פֿאַר זיי ווי שיינע פּאָעטישע ווערק. אין אַלגעמיין, מיין איך אָבער, אַז דער הויפּטשטראָם אין דער צוקונפֿטיקער ייִדישער פּאָעזיע וועט בלײַבן דער אייראָפּעיִשער, געגראַמטער, און דאָס וועט ממילא משפּיע זײַן — לויט מײַן געשמאַק, צום גוטן — אויף די ענגלישע איבערזעצונגען פֿון ייִדיש.