לאָמיר זיך אומקערן צו דער טעמע הירש אַבראַמאָוויטש, דאָס מאָל — וועגן דעם לעבן־שטייגער פֿון ליטווישע ייִדן אין שײַכות מיט עסן.
ליטע איז אפֿשר געווען דער אָרעמסטער ייִדישער ראַיאָן, בפֿרט מחוץ די שטעט. אַ פּנים, האָט זיך אַהרן לעבעדעוו נישט געוויצלט אין זײַן „רומעניע, רומעניע“ ווען ער האָט געזונגען „גאַליציאַנער מאַכן געלט און ליטוואַקעס — קינדער“. ייִדן, דער הויפּט אין די שטעטלעך און דערפֿער, האָבן געלעבט אין גרויס דלות.
אונדז אַלעמען איז אַוודאי שווער זיך אויסצומאָלן וואָס דאָס הייסט נישט וויסן צי מע וועט האָבן וואָס צו עסן, ווער רעדט נאָך מיט וואָס זיך אָנצוזעטיקן. אין די קינדער־יאָרן האָב איך זיך אָנגעהערט פֿונעם טאַטן ווי שווער ס׳איז געווען בשעת דער גרויסער דעפּרעסיע, אַז נישט איין מאָל האָט מען נישט געהאַט גענוג סײַ אויף עסן, סײַ אויף דירה־געלט; אָבער אַפֿילו דאָס איז נישט קיין פֿאַרגלײַך מיט דער מיזרח־אייראָפּעיִשער אָרעמקייט פֿון יענער צײַט. אָט האָט מיר אַ מאָל דערציילט אַ באַקאַנטער, אַ ניו־יאָרקער ייִד וואָס זײַן משפּחה האָט געשטאַמט פֿון ווילנע, ווי ער איז 1935סטן יאָר געפֿאָרן צו זיי צו גאַסט. בײַ דער משפּחה איז ער געשלאָפֿן, נאָר אַזוי ווי זײ האָבן נישט געהאַט אין דער היים קיין לויפֿיק וואַסער האָט ער זיך געמוזט באָדן אויפֿן וואָקזאַל. דאָרטן האָט ער באַצאָלט דעם סטרוזש אַ פּאָר גראָשן און צוגעגעבן אַ גראָשן „טרינקגעלט“, האָט אים דער גוי אַזוי אָנגעדאַנקט און אָנגעבענטשט פֿאַר דער גרויסער „מתּנה“, אַז ער האָט זיך אַזש פֿאַרשעמט — בײַ דער גאַנצער אָרעמקייט אין ניו־יאָרק וואָלט אַזוינס נישט געקענט געשען.
נאָר ווי אָרעם מע איז אין ווילנע נישט געווען, איז מען אין די שטעטלעך און דערפֿער אַרום געווען אויף נאָך גרעסערע צרות. אַבראַמאָוויטש גיט איבער, אַז מחוץ דער גרויסשטאָט האָט מען אָנגערופֿן די שטאָטישע „ווילנער נאַשערס“, ווײַל די ווילנער האָבן נישט נאָר שבת, נאָר אַפֿילו אין דער וואָכן געגעסן טײַערע מאכלים: פֿיש, הון, קעז, פּוטער, אַפֿילו ברויט — וואָס ס׳איז בײַ די דאָרפֿסייִדן אויך געווען אַ לוקסוס. דער מחבר דערציילט אַן אַנעקדאָט, אַז איין קינד גייט צו דער מאַמע „מסרן“ זײַן ברודער:
„מאַמע, חיימקע איז אַ נאַשער!“
„וואָס איז?“
„ער נאַשט ברויט…“
אויב אַ משפּחה האָט געפֿעלט עסן אַ גאַנצע וואָך, האָט מען זיך געדאַרפֿט באַגיין, אָבער אויב ס׳האָט געפֿעלט אויף שבת, האָבן ייִדן געמוזט צושטעלן אַ פּלייצע. מיט אַבראַמאָוויטשס ווערטער: „מילא, צוהונגערן אין דער וואָכן איז געווען נישט אַזאַ זעלטנקייט, אָבער שבת לאָזן אַ ייִדישע געזינד הונגערן האָט מען נישט געקענט און נישט געטאָרט“. האָט מען אַפֿילו די אָרעמסטע געמוזט באַזאָרגן כאָטש מיט אַ חלה און פֿיש — אַנישט, איז שבת נישט קיין שבת.
מע דאַרף אויך האָבן אין זינען, אַז אַ מאָל האָט מען ווינטערצײַט נישט געקענט קריגן קיין אויפּס און גרינוואַרג, האָט מען געגעסן נאָר דאָס וואָס מע האָט באַוויזן אָפּצושפּאָרן אויפֿן ווינטער — ציבעלעס, אוגערקעס, קרויט, בוריקעס, שטשאַוו און דער הויפּט — קאַרטאָפֿל. טאָמער איז נישט געווען גענוג, האָט מען געהונגערט… בכּלל האָבן סײַ ייִדן, סײַ נישט־ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע, ווי אויך אין אַנדערע לענדער (אירלאַנד!) געלעבט אין זכות פֿון קאַרטאָפֿל, וואָס בײַ ליטווישע ייִדן הייסן זיי, פֿאַרשטייט זיך, בולבעס. נישט אומזיסט זינגט מען „זונטיק בולבעס, מאָנטיק בולבעס, דינסטיק און מיטוואָך בולבעס“ — בײַ די אָרעמסטע איז דאָס געווען דער טאָג־טעגלעכער מאכל, וואָס מע האָט צוגעגרייט אויף כּלערליי אופֿנים (אָדער לכל־הפּחות אונטער כּלערליי נעמען): געקאָכטע, געדעמפּטע, געבאַקענע; געשאָבענע און נישט־געשאָבענע (קיין מאָל נישט קיין געשיילטע — אַ שאָד צו פֿאַרטאַכלעווען ס׳שאָלעכץ!); באָנדעס, ציגײַנער, טייגעכץ, באָמבעס, „פּוסטע פֿיש“ (קאַרטאָפֿל מיט ציבעלעס און שוואַרצן פֿיש, וואָס האָט כּלומרשט אַ טעם פֿון פֿיש).
וואָס פֿאַר אַ טעם ס׳האָבן אַפֿילו די פּשוטסטע מאכלים ברענגט צום בעסטן אַרויס שלום־עליכם אין זײַן „מילכיקס“:
נעמט לימענאַד — איר האָט ווען געגעסן ברויט מיט לימענאַד? פֿאַרזוכט אַ מאָל אויף אַ טשיקאַוועס, נאָר בתּנאַי, איר זאָלט זיך פֿריִער רעכט אויסהונגערן, אַזוי אַז ס׳זאָל אײַך חלשן דאָס האַרץ, ציטערן די הענט און ציִען די אָדערן פֿון די פֿיס, וועט איר דעמאָלט בנאמנות פֿילן טעם גן־עדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.