אויפֿן ערשטן בליק שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז משה רבינו האָט איבערגעחזרט די תּורה מיט זײַנע אייגענע ווערטער. הגם אינעם חומש „דבֿרים‟ ווערן דערקלערט צום ערשטן מאָל אַ גאַנצע ריי נײַע מיצוות, זעען אויס אַ סך פֿראַגמענטן פֿונעם דאָזיקן תּורה־טייל ווי אַ פּערזענלעכע איבערחזרונג פֿון די צען געבאָטן און אַנדערע ענינים.
דער רמב״ם לייקנט אָפּ דעם פּערזענלעכן אָפּטײַטש און באַטאָנט, אַז משה רבינו האָט דערזען דעם געטלעכן טעקסט און פֿאַרשריבן עס גענוי אות נאָך אות. אַדרבה, צו טראַכטן אַנדערש און אַפֿילו צו מיינען, אַז „דבֿרים‟ שיידט זיך אונטער פֿון די פֿאָריקע פֿיר חלקים פֿונעם חומש, איז אַפּיקורסות, לויט דעם רמב״מס שיטה. משה האָט דערזען דעם גאַנצן תּורה־טעקסט אין זײַן נבֿיאיִשער וויזיע אָנגעשריבן מיטן שוואַרצן פֿײַער אויפֿן ווײַסן פֿײַער, און האָט בלויז קאָפּירט, וואָס דער רבונו־של־עולם האָט אים געוויזן. די גמרא זאָגט טאַקע, אַז משה רבינו האָט גאָרנישט פֿאַרשריבן פֿון זיך אַליין. די חז״ל וואָרענען, אַז פֿאַרן נישט גלייבן אינעם געטלעכן מקור פֿונעם גאַנצן תּורה־טעקסט קאָן מען, חלילה, פֿאַרלירן דעם חלק אין עולם־הבא.
אַזאַ צוגאַנג צו דער תּורה איז פֿאַרשפּרייט אין דער הײַנטיקער פֿרומער וועלט. אויב מע טראַכט זיך גוט אַרײַן אינעם טעקסט, איז אָבער שווער צו פֿאַרקוקן דעם פּערזענלעכן עלעמענט; משה בענטשט און טאַדלט די ייִדן מיט זײַנע אייגענע ווערטער. אין אַ צאָל מאמרי־חז״ל זענען אונדזערע חכמים מסכּים, אַז משה רבינו האָט, מעגלעך, אָנגעשריבן געוויסע פּסוקים מיט זײַנע אייגענע ווערטער. דער באַשעפֿער האָט אָבער גוטגעהייסן דעם טעקסט, דערפֿאַר ווערן אַלע פּרטים אין דער תּורה פֿאַררעכנט ווי דבֿרי־השם. לויט אַזאַ שיטה, האָט דער רמב״ם געמיינט, אַז מע טאָר נישט גלייבן, אַז משה האָט אַרײַנגעשריבן עפּעס סתּם אַזוי, אָן אַ הסכּמה מן־שמים. להיפּוך צום רמב״ם, שטייט אינעם „זוהר‟, דעם יסודותדיקן קבלה־ספֿר, בפֿירוש געשריבן, אַז דער לעצטער טייל פֿונעם חומש שיידט זיך יאָ ממשותדיק אונטער פֿון די פֿאָריקע פֿיר חלקים און האָט יאָ אַ פּערזענלעכן טעם.
עס זענען פֿאַראַן אַנדערע, מער ראַציאָנעלע דעות וועגן דער דאָזיקער פֿראַגע, הגם זיי קומען, לכאורה, אין סתּירה מיטן רמב״ם. צום בײַשפּיל, הרבֿ מנחם־מענדל האָט כּשר אויסגעדריקט אין זײַן באַקאַנטן חומש־פּירוש „תּורה שלמה‟ אַ השערה, אַז משה רבינו האָט אויסגענוצט אַלטע מגילות, וואָס שטאַמען פֿון די פֿריִערדיקע נבֿיאים. ווי באַלד משה רבינו האָט זיך פֿאַרלאָזט אויף עכטע נבֿואות און איז אַליין געווען דער גרעסטער נבֿיא, האָט ער געדינט בלויז ווי דער געטלעכער רעדאַקטאָר פֿונעם טעקסט. עס באַקומט זיך, אַז מע מעג זיך באַשעפֿטיקן, אין פּרינציפּ, מיט קריטישע פֿאָרשונגען פֿון דער תּורה און זוכן דערין די שפּורן פֿון פֿאַרשיידענע אַנדערע טעקסטן און פּערזענלעכקייטן. דער רעזולטאַט פֿון משה רבינוס רעדאַקציע בלײַבט אָבער, בסך־הכּל, אַן אַמתע אַנטפּלעקונג פֿון הימל.
משה רבינו איז תּמיד געווען אין אַ נבֿיאיִשן נשמה־צושטאַנד. אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע נבֿיאים, האָט ער געזען דאָס געטלעכע ליכט דורך דער „אַספּקלריא המאירה‟, אַ דורכזיכטיקן פֿענצטער. די ערטער אויפֿן וועג איבערן מידבר, וואָס ווערן דערמאָנט אין דער הײַנטיקער סדרה, זענען מרמז בנבֿואה אויף פֿאַרשיידענע נסיונות, מיט וועלכע די ייִדן האָבן זיך געטראָפֿן בעת זייערע וואַנדערונגען. למשל, דאָס אָרט „די זהבֿ‟ איז מרמז אויפֿן חטא פֿונעם גאָלדענעם קאַלב. על־פּי מדרש, האָט משה רבינו צעשטערט דעם עגל־הזהבֿ און פֿאַרוואַנדלט עס אין ביטער וואַסער.
אויב אַזוי, באַקומט זיך, אַז אויב אַפֿילו משה רבינו האָט אָנגעשריבן דעם חומש „דבֿרים‟ מיט זײַנע אייגענע ווערטער, האָט די הייליקע שכינה גערעדט סײַ־ווי־סײַ דורך זײַן מויל און געשריבן דורך זײַן האַנט. אויב אַפֿילו ער האָט, לויט דער דערמאָנטער ראַציאָנעלער השערה, זיך באַנוצט אין דער תּורה מיט עלטערע נבֿיאיִשע טעקסטן, האָט זיך אין זײַן רעדאַקציע אַנטפּלעקט די שכינה. אין משה רבינוס פֿאַל, איז דער חילוק צווישן דעם געטלעכן און מענטשלעכן וואָרט צעשווענקט געוואָרן. הרבֿ כּשרס און דעם רמב״מס שיטה קומען אין סתּירה איינע מיט דער צווייטער בלויז מצד אונדזער געוויינטלעכער באַגרענעצטער פּערספּעקטיוו. זײַענדיק אַ „פֿענצטער‟ צו געטלעכקייט, איז משה געווען מסוגל צו אַנטפּלעקן הויכע סודות־התּורה דווקא דורך זײַן מענטשלעכער פּערזענלעכקייט.
דער נבֿיא ישעיה זאָגט: „אעלה אל במתי עבֿ אַדמה לעליון‟ — וועל איך אַרויפֿגיין אויף די הויכע וואָלקנס, וועל איך ענלעך זײַן צום באַשעפֿער. קאָמענטירנדיק דעם דאָזיקן פּסוק, דערקלערן אונדז די חז״ל אינעם מדרש, אַז דער נבֿיא קאָן איבערגעבן די הויכע געטלעכע ענינים אויף אַ מענטשלעכן אופֿן — „מדמין צורה ליוצרה‟. די חסידישע צדיקים זענען מסביר דעם דאָזיקן סוד באריכות. דער אייבטערשטער איז בעצם גאָר ווײַט פֿון אונדז און קאָן נישט באַשריבן ווערן אין קיין שום מענטשלעכע טערמינען. די נבֿיאים זענען אָבער מסוגל, כּבֿיכול, צו „פֿאַרמענטשלעכן‟ די געטלעכע ענינים, צו דערקלערן זיי „בלשון בני־אָדם‟, אויף אַ מענטשלעכער שפּראַך, כּדי צו געבן אונדז אַ פֿאַרשטענדלעכן דמיון, וואָס העלפֿט צו באַנעמען אָדער כאָטש אַ קוק צו טאָן אויף איבערמענטשלעכע מדרגות פֿון רוחניות. קומט אויס, אַז יעדע עכטע נבֿואה טראָגט אין זיך אַ ספּעציפֿישן פּערזענלעכן רושם פֿונעם נבֿיא. די ווערטער קומען פֿונעם באַשעפֿער, פֿאָרט קלינגען זיי פּערזענלעך און רעפּרעזענטירן דעם כאַראַקטער פֿונעם איבערגעבער.
מען מעג זאָגן, אַז דווקא אינעם חומש „דבֿרים‟ ווערט משה רבינוס הייליקע ראָלע אויסגעדריקט אויף אַ באַזונדערס בולטן אופֿן. פֿריִער האָט ער פֿאַרשריבן, וואָס דער אייבערשטער האָט אים געהייסן שרײַבן. סוף־ימיו האָט ער אָבער דערגרייכט אַ העכערע מדרגה, ווען דער עצם־חילוק צווישן זײַנע פּערזענלעכע און געטלעכע ווערטער איז בטל געוואָרן.
דאָס לשון־קודשדיקע וואָרט „דבֿרים‟ איז צוויי־זיניק; עס מיינט ווערטער און זאַכן. אין די אַנדערע שפּראַכן איז אויך פֿאַראַן אַ פֿאַרבינדונג צווישן די דאָזיקע צוויי קאַטעגאָריעס. אויף ייִדיש קאָן מען זאָגן, למשל, אַז עמעצער האָט געזאָגט „אַ וויכטיקע זאַך‟. אויף לשון־קודש איז עס אָבער באַזונדערס באַמערקלעך. אין דער תּנ״כישער שפּראַך איז פֿאַקטיש נישטאָ קיין חילוק צווישן גשמיותדיקע זאַכן און ווערטער.
על־פּי חסידות, איז אין דער וועלט נישטאָ קיין צופֿעליקע זאַכן – אָדער ווערטער. אַפֿילו פֿון אַ צופֿעליקן שמועס אויף דער גאַס קאָן מען אָפּלערנען אַ וויכטיקן לימוד, ווײַל אַ גײַסטיק סענסיטיווער מענטש, בפֿרט אַן אמתער צדיק, קאָן איבעראַל דערשפּירן די געטלעכע השגחה. אין דער רוחניותדיקער וועלט זענען די ווערטער פּונקט אַזוי שטאַרק און ממשותדיק, ווי גמשיותדיקע קעגנשטאַנדן. און פֿאַרקערט: די גשמיותדיקע זאַכן זענען בלויז אַנטפּלעקונגען פֿון דער געטלעכער השגחה, פֿונעם אייבערשטנס וואָרט, און קאָנען אויף אַ וווּנדערלעכן אופֿן געענדערט, בטל אָדער באַשאַפֿן ווערן דורך אונדזערע תּפֿילות, יראת־שמימדיקע שמועסן מיט אַנדערע מענטשן און אַפֿילו מחשבֿות. דער חילוק צווישן ווערטער און זאַכן איז רעלאַטיוו, ווען עס קומט צו רוחניות.
אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿאָריקע פּרשיות, וווּ משה רבינו האָט באַקומען געוויסע נבֿואות פֿונעם רבונו־של־עולם און האָט זיי איבערגעגעבן דעם ייִדישן פֿאָלק, הייבן מיר אָן די וואָך לייענען וועגן אַ טיפֿערער פֿאַרבינדונג צווישן דעם מענטש און דעם רבונו־של־עולם. אַ מענטשלעך וואָרט קאָן זײַן האַרט ווי אַ שטיין, און אַ האַרטער שטיין קאָן זיך צעגיין ווי שניי צוליב דער עבֿודת־התּפֿילה און עבֿודת־התּשובֿה פֿון אַ מענטש. מיט זײַנע ווערטער, האָט משה רבינו משפּיע געווען אויפֿן גשמיותדיקן מצבֿ פֿון ייִדן. מיט זײַנע מעשׂים, האָט ער משפּיע געווען אויף זייער עבֿודת־התּפֿילה און געדאַנקען־גאַנג פֿון זײַן פֿאָלק. מיר זאָלן נישט מיינען, אַז אונדזערע ווערטער האָבן ווייניקער ווערט, ווי די גשמיותדיקע אַקציעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.